אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:טערעזיענשטאט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
ק (קאארדינאט)
 
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = Nazi concentration camp in Terezín, Czechoslovakia|העב=מבצר במחוז לאבֶם שבצ'כיה, כ-60 ק"מ צפונית לפראג, שתפקד ככלא צבאי במהלך מלחמת העולם הראשונה, וכמחנה ריכוז ליהודי הפרוטקטורט של בוהמיה ומורביה וליהודי מרכז אירופה ומערבה בזמן הכיבוש הנאצי במהלך מלחמת העולם השנייה|דייטש=Deutschnationalsozialistisches Konzentrationslager im heutigen Tschechien|}}
{{Coord|50.510278|14.149722|display=title}}{{דעסקריפציע||ענגליש = Nazi concentration camp in Terezín, Czechoslovakia|העב=מבצר במחוז לאבֶם שבצ'כיה, כ-60 ק"מ צפונית לפראג, שתפקד ככלא צבאי במהלך מלחמת העולם הראשונה, וכמחנה ריכוז ליהודי הפרוטקטורט של בוהמיה ומורביה וליהודי מרכז אירופה ומערבה בזמן הכיבוש הנאצי במהלך מלחמת העולם השנייה|דייטש=Deutschnationalsozialistisches Konzentrationslager im heutigen Tschechien|}}
'''טערעזיענשטאט''' איז א לאגער די נאציס האבן אויפגעשטעלט אין שטעטל טערעזיענשטטאט, טשעכיי, איינע פון די פילע קאנצענטראציע און טויטס [[לאגער]]ן דורכאויס דעם [[צווייטע וועלט-מלחמה|צווייטן וועלט קריג]], די ציל מיט'ן אויפשטעלן איז אבער געווען אנדערש ווי געוויינטליך, דהיינו צו ווייזן פארן [[רויטע קרייץ]], און פאר די וועלט, ווי גוט די נאציס גיבן זיך אפ מיט די [[יידן]].
'''טערעזיענשטאט''' איז א לאגער די נאציס האבן אויפגעשטעלט אין שטעטל טערעזיענשטטאט, טשעכיי, איינע פון די פילע קאנצענטראציע און טויטס [[לאגער]]ן דורכאויס דעם [[צווייטע וועלט-מלחמה|צווייטן וועלט קריג]], די ציל מיט'ן אויפשטעלן איז אבער געווען אנדערש ווי געוויינטליך, דהיינו צו ווייזן פארן [[רויטע קרייץ]], און פאר די וועלט, ווי גוט די נאציס גיבן זיך אפ מיט די [[יידן]].



יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:16, 8 דעצעמבער 2023

טערעזיענשטאט איז א לאגער די נאציס האבן אויפגעשטעלט אין שטעטל טערעזיענשטטאט, טשעכיי, איינע פון די פילע קאנצענטראציע און טויטס לאגערן דורכאויס דעם צווייטן וועלט קריג, די ציל מיט'ן אויפשטעלן איז אבער געווען אנדערש ווי געוויינטליך, דהיינו צו ווייזן פארן רויטע קרייץ, און פאר די וועלט, ווי גוט די נאציס גיבן זיך אפ מיט די יידן.

דאס לאגער איז געווען אין אן אלטע פעסטונג, פאר דער מלחמה איז דארט געווען א מיליטערישע באזע פון דער טשעכישער ארמיי.

ווען די נאציס האבן איינגענומען טשעכאסלאוואקיע, האבן זיי דארט אויפגעשטעלט די לאגער, און אהינגעשיקט אסאך דייטשע און טשעכישע אידן, און פארארדענט פון זיי עס אויפצושטעלן ווי א יידישע שטאט פון בלויז אידן, די שטאט האט געהאט אלעס וואס יעדע שטאטישע אדמיניסטראציע האט, ווי טראנספארטאציע, קאמוניקאציע, פאסט, און בילדונג, געזונט, אא"וו, דער זיכערהייט אין דער געטא, איז געווען די ארדענונגסדינסט, אדער די יידישע פאליציי, און פונדרויסן עס-עס וועכטער, די געטא איז געווען ארומגענומען מיט א צוים, און איינער וואס האט זיך דערוואגט זיך אדורך שווערצן איז גלייך דערשאסן געווארן.

אין ענדע נאוועמבער 1941 זענען די ערשטע אידן אנגעקומען, עס איז געווען זייער באוואוסט אויף פאמיליעס מיט קינדער, אין דער געטא האבן געלערנט פופצן טויזנט קינדער אין די שולעס, לויט א באריכט וואס מען האט געפונען אין א פראטאקאל באהאלטן אין דער געטא.

דער יודנעלטעסטער, האט געהייסן יעקב עדלשטיין א טשעכישע ציוניסטישע עסקן, וואס האט אסאך געטאן ארויסצוהעלפן די מענטשן, אין די שווערע הונגער וואס האט דארט געהערשט, ער האט זיך נישט דערשראקן פון זיך אויסטענהן מיט אדאלף אייכמאן, און מיט אנדערע נאצישע פירער, ער איז אומגעקומען אין אוישוויץ מיט א סאך אנדערע אידן פון טערעזיענשטאט.

144,000 אידן זענען געווען אין טערעזיענשטאט, פון דעם זענען געבליבן 19,000, ווען דער קריג איז פאריבער, איבער דרייסיג טויזנט זענען געשטארבן פאר הונגער, און די איבריגע האט מען פארשיקט צו די פארניכטיגונגס לאגערן, אדער צו שטעט אין פוילן ווי זיי זענען דארט אומגעבראכט געווארן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!