אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עזה פאס"
אין תקציר עריכה |
(פארברייטערט) |
||
שורה 11: | שורה 11: | ||
אין פּאָליטיש סטאַבילע צייטן, טוען אַזוי פיל ווי אַ צענטל פון די פּאַלעסטינער באַפעלקערונג רייזן טעגליך קיין מדינת ישראל (וואו זיי זענען נישט ערלויבט צו בלייבן איבער נאַכט) צו אַרבעטן אין איינפאכע דזשאבס. פאליטישע שפּאַנונג און אויסברוכן פון געוואַלדטאַטן האָבן אָפט געפירט דערצו אז די מדינת ישראל אויטאריטעטן זאל פאַרמאַכן די גרעניץ פאַר לענגערע צייט־אפּשניטן, מאכנדיג פילע פּאַלעסטינער אַרבעטסלאָז. אלס רעזולטאט איז צושטאנד געקומען א בליענדע שמאָגלונג אינדוסטריע, באזירט אויף א נעץ פון אונטערערדישע טונעלן וואס פארבינדן טיילן פון עזה סטריפ מיט די דערנעבנדע [[עגיפטן]]. די טונעלן האבן צוגעשטעלט פאר פאלעסטינער צוטריט צו סחורות ווי שפייז, ברענשטאף, מעדיצין, עלעקטראניקס און וואפן. | אין פּאָליטיש סטאַבילע צייטן, טוען אַזוי פיל ווי אַ צענטל פון די פּאַלעסטינער באַפעלקערונג רייזן טעגליך קיין מדינת ישראל (וואו זיי זענען נישט ערלויבט צו בלייבן איבער נאַכט) צו אַרבעטן אין איינפאכע דזשאבס. פאליטישע שפּאַנונג און אויסברוכן פון געוואַלדטאַטן האָבן אָפט געפירט דערצו אז די מדינת ישראל אויטאריטעטן זאל פאַרמאַכן די גרעניץ פאַר לענגערע צייט־אפּשניטן, מאכנדיג פילע פּאַלעסטינער אַרבעטסלאָז. אלס רעזולטאט איז צושטאנד געקומען א בליענדע שמאָגלונג אינדוסטריע, באזירט אויף א נעץ פון אונטערערדישע טונעלן וואס פארבינדן טיילן פון עזה סטריפ מיט די דערנעבנדע [[עגיפטן]]. די טונעלן האבן צוגעשטעלט פאר פאלעסטינער צוטריט צו סחורות ווי שפייז, ברענשטאף, מעדיצין, עלעקטראניקס און וואפן. | ||
==היסטאריע== | |||
===אקופּאַציע=== | |||
נאכדעם וואס די הערשאפט פון דער [[אטאמאנישע אימפעריע|אטאמאנישער אימפעריע]] האט זיך דארט געענדיגט אין דער ערשטער וועלט מלחמה (1914–1918), איז די עזה געגנט געווארן א טייל פונעם [[פעלקער-ליגע|פעלקער ליגע]] {{טערמין|מאנדאט|א פארארדענונג אדער קאמיסיע געגעבן דורך די פעלקער ליגע פאר א מיטגליד פאלק פארן גרינדונג פון א פאראנטווארטליכע רעגירונג איבער א געוועזענער דייטשער קאלאניע אדער אנדערע פארכאפטע טעריטאריע}} פון [[פאלעסטינע]] אונטער בריטישער הערשאפט. איידער די דאָזיגע מאַנדאַט האָט זיך געענדיגט, האָט די אַלגעמיינע אַסעמבלי פון די [[פאראייניגטע פעלקער|פאַראייניגטע פעלקער]] (יו-ען) אין נאוועמבער 1947 אָנגענומען אַ פּלאַן פאַר דער אַראַבער-אידישער צעטיילונג פון פּאַלעסטינע, אונטער וועלכן מען זאָל צוטיילן די שטעטל [[עזה]] און אַ שטח פון אַרומיגע טעריטאָריע צו די אַראַבער. דער בריטישער מאנדאט האט זיך פארענדיגט דעם מאי 15, 1948, און אין דעם זעלבן טאג האט זיך אנגעהויבן די ערשטע [[זעקסטאגיגע מלחמה|אראב-מדינת ישראל מלחמה]]. [[עגיפטישע באוואפנטע קרעפטן|עגיפטישע קרעפטן]] זענען באלד אריין אין שטעטל עזה, וואס איז געווארן די הויפטקווארטיר פון דער [[עגיפטן|עגיפטישער]] עקספעדיציע קראפט אין פאלעסטינע. אלס א רעזולטאַט פון שווערע קאַמף אין הערבסט 1948, איז די געגנט אַרום די שטאָט אונטער [[אראבער|אַראַבישער]] אקופּאַציע רעדוצירט געווארן צו אַ פּאַס פון טעריטאָריע 25 מייל (40 קילאמעטער) לאַנג און 4–5 מייל (6–8 קילאמעטער) ברייט. די געגנט איז געווארן באקאנט ווי די עזה פּאַס. אירע גרעניצן זענען געווארן פעסט־געשטעלט אינעם עגיפּטישן-מדינת ישראל וואָפן-אָפּמאַך פון פעברואר 24, 1949. | |||
דער עזה סטריפּ איז געווען אונטער עגיפּטישע [[מיליטערישע הערשאפט]] פון 1949 ביז 1956 און ווידער פון 1957 ביז 1967. פון אנהויב איז די הויפט עקאנאמישע און סאציאלע פראבלעם פון דער געגנט געווען דאס אָנוועזנהייט פון א גרויסע צאל פאלעסטינער אראבישע [[פאלעסטינע פליטים|פליטים]] וועלכע וואוינען אין עקסטרעמע אָרעמקייט אין נאָכגעלאָזטע לאגערן. די עגיפטישע רעגירונג האט נישט באטראכט דעם געביט פאר א טייל פון עגיפטן און האט נישט געלאזט די פליכטלונגען ווערן עגיפּטישע בירגער אדער צו מיגרירן קיין עגיפטן אדער צו אנדערע אראבישע לענדער וואו זיי זאלן ווערן אינטעגרירט אין דער באפעלקערונג. מדינת ישראל האָט זיי נישט געלאָזט זיך אומקערן צו זייערע אַמאָליגע היימען אָדער באַקומען פאַרגיטיגונג פאַר זייער פאַרלוסט פון פאַרמעגן. די פליטים זענען געווארן אויסגעהאלטן אין גרעסטן טייל מיט'ן הילף פון דער [[פאראייניגטע פעלקער רעליעף און ווארקס אגענטור פאר פאלעסטינער פליטים אינעם נאנטן מזרח|UNRWA]]. אסאך פון די יונגערע פליכטלונגען זענען געווארן פעדייאין (אראבישע גערילע אפערירנדיג קעגן מדינת ישראל); זייערע אטאקעס אויף מדינת ישראל זענען געווען איינע פון די אורזאכן וואס האבן געברענגט די סיני קאמפיין ביי די [[סיני מלחמה|סועץ קריזיס]] פון 1956, ווען דער פּאַס איז גענומען געווארן דורך [[היסטאריע פון מדינת ישראל|מדינת ישראל]]. די סטריפּ איז אומגעקערט געווארן צו עגיפּטישער קאָנטראָל אין 1957 נאָך שטאַרקע אינטערנאַציאָנאַלע דרוק אויף מדינת ישראל. | |||
אין דער [[זעקסטאגיגע מלחמה|זעקס-טאָגיגער מלחמה]] פון יוני 1967, איז דער עזה-פּאַס ווידער איינגענומען געוואָרן דורך מדינת ישראל, וואָס האָט אקופּירט דעם ראיאן דעם נאכפאָלגנדן פערטל יאָרהונדערט. אין דעצעמבער 1987 האָבן ראיאטן און ווילדע גאַסן צוזאמענשטויסן צווישן די פּאַלעסטינער אין עזה און די אָקופּירנדע מדינת ישראל טרופּן אָנגעצייכנט דאס געבורט פון אַן אויפשטאַנד וואָס איז געווארן באקאנט אלס די [[אינטיפאדע]] (אַראַביש, "זיך אפּשאָקלען"). אין 1994 האט מדינת ישראל אָנגעהויבן אַ פאַזירטע איבערפירונג פון רעגירונג אויטאָריטעט אין די עזה סטריפּ צו די [[פאלעסטינער אויטאריטעט|פּאַלעסטינער אויטאָריטעט]] (PA) אונטער די טערמינען פון די [[אסלא אקארדס|אָסלאָ אַקאָרדס]] וואָס זענען גע'חתמ'עט געווארן דורך מדינת ישראל און די [[פאלעסטינע באפרייאונג ארגאניזאציע|פּאַלעסטינע באַפרייאונג ארגאניזאציע]] (PLO). די נארוואס־געבוירענע פאלעסטינער רעגירונג, אנגעפירט דורך [[יאסיר אראפאט]], האט זיך געמיטשעט מיט אזעלכע פראבלעמען ווי א שטייענדע עקאנאמיע, צעטיילטע פאלקס שטיצע, אפגעשטעלטע פארהאנדלונגען מיט מדינת ישראל איבער ווייטערדיגע טרופן אפּטרעטן און טעריטאָריאַליטעט, און די דראאונג פון טעראָר דורך מיליטאַנטישע מוסולמענע גרופּעס ווי [[איסלאמישן דזשיהאד|איסלאַמישן דזשיהאַד]] און [[חאמאס|חאַמאַס]], וואָס האָבן זיך אַנטזאָגט צו איינגיין אויף קאָמפּראָמיסן מיט מדינת ישראל און האָבן דייקא געוואלט צו אינטערהאַקן דעם שלום-פּראָצעס. אָנגעהויבן אין סוף יאר 2000, האט אַ צוזאַמפאַל אין געשפּרעכן צווישן די PA און מדינת ישראל נאכגעגאפאָלגט מיט אַ ווייטער, מער עקסטרעמע אויסברוך פון געוואַלדטאַטן, גערופן די [[צווייטע אינטיפאדע|צווייטע, אָדער אַקצא, אינטיפאדא]]. אין אָנשטרענגונג צו ענדיגן די קאמפן, האָט דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער [[אריאל שרון]], אין ענדע 2003, געמאָלדן א פּלאַן, וואָס האָט זיך צענטרירט אויף דאס צוריקציען מדינת ישראל זעלנער און זידלער פון עזה סטריפּ{{הערה|זעט [[ריקצוג פלאן]]}}. אין סעפטעמבער 2005 האָט מדינת ישראל פאַרענדיגט דעם ריקצוג פון דעם טעריטאָריע, און די קאנטראל פון עזה פּאַס איז אריבערגעפירט געווארן צו די PA, כאָטש מדינת ישראל האָט ווייטער פּאַטראָלירט אירע גרעניצן און לופט־רוימען. | |||
===אונטער חאַמאַס'נס גאווערנאַנץ=== | |||
אין די 2006 PA פּאַרלאַמענטארישע וואַלן, האָט [[פאטאח|פאַטאַח]] – וואָס האט דאַמינירט די פּאַלעסטינע פּאָליטיק זינט איר גרינדונג אין די 1950ער – געליטן אַן אנטשיידנדע נידערלאַגע צו חאַמאַס, אפּשפיגלנדיג יאָרן פון אומצופרידנהייט מיט פאַטאַח'ס רעגירונג, וואָס איז געווארן קריטיקירט אַלס קאָרופּטירט און אומ־עפעקטיוו. דער זיג פון חאַמאַס האָט געפירט צו סאַנקציעס פון מדינת ישראל, די [[פאראייניגטע שטאטן]] און דעם [[אייראפעאישער פאראיין|אייראפעאישן פאראיין]], וועלכע יעדער פון זיי האט אריינגעשטעלט די ארגאניזאציע אויף איר אפיציעלע ליסטע פון טעראר גרופעס. די עזה סטריפּ איז געווען דער פּלאַץ פון {{טערמין|עסקאַלירנדע|שטייגן נעגאטיוו}} געוואַלדטאַטן צווישן די קאָנקורירנדע גרופּעס, און אַ קורץ-געלעבטע [[קאָאַליציע רעגירונג]] האט זיך געענדיגט אין יוני 2007 נאָך וואס חאַמאַס האט גענומען קאָנטראָל פון די עזה פּאַס און אַ פאַטאַח-געפירטע נויטפאַל קאַבינעט האט איבערגענומען קאָנטראָל פון די [[מערב ברעג]]. טראָץ רופן דורך PA פרעזידענט [[מאחמוד אבאס]] פאר חאמאס זאל אויפגעבן איר פאזיציע אינעם עזה סטריפ, איז דער טעריטאריע געבליבן אונטער חאמאס'ס קאנטראל. | |||
===פאַרזוך פאר אויסגלייכונג מיט פאַטאַח=== | |||
א רייע פרואוון זענען געמאכט געווארן זיך צו אויסגלייכן מיט דער פאטאח־געפירטע PA. אַן ערשט אָפּמאַך איז געווארן דערגרייכט אין 2011 אָבער האט נישט געברענגט צו פיל ענדערונג. אין 2014 איז דערגרייכט געווארן א נייעם אפמאך, אין וועלכן חאמאס האט איינגעשטימט איבערצוגעבן די אדמיניסטראציע פון עזה סטריפ צו די PA און אנערקענען דעם [[פרעמיער מיניסטער|פרעמיער מיניסטארשאפט]] פון [[ראמי חאמדאללא]]. אַזוי האָט די חאַמאַס רעגירונג אין עזה פּאַס רעזיגנירט, אריינגערעכנט דער פרעמיער מיניסטער [[איסמעאיל האניעה]]. פאָרט איז די PA נישט ערלויבט געוואָרן צו ווידער נעמען קאָנטראָל פון פּובליק אינסטיטוציעס אין די עזה סטריפּ ביז ענדע 2017, נאָך אימפּלעמענטאַציע פון אַ נייער הסכּם. פאר די PA איז אָבער נישט געלונגען צו באַקומען פולע גאווערנאַנץ אין דער געגנט, און האָט באַשלאָסן צו שניידן פאנדינג צו די עזה סטריפּ אין 2018. אזויווי די מיינונגס־פארשידנהייטן האבן פאָרגעזעצט צו עסקאַלירן, האט די PA אויפגעהערט אַפּערירן די ראַפאַח גרעניץ אַריבערגאַנג מיט עגיפּטן אין יאנואר 2019. שפּעטער יענעם חודש האט חאַמדאַללאַ רעזיגנירט, ענדיגנדיג דערמיט די אחדות־רעגירונג. | |||
===בלאקאַדע פון עזה פּאַס=== | |||
אין הערבסט 2007 האָט [[מדינת ישראל]] דערקלערט דעם עזה סטריפּ אונטער חאַמאַס ווי אַ פיינטליכע געביט און באשטעטיגט אַ סעריע סאנקציעס, וואָס האָבן אַריינגענומען עלעקטריע שניטן, שווער באַגרעניצטע אימפּאָרטן, און גרעניץ שליסונגען. אין יאנואר 2008, שטייענדיג קעגן אָנהאַלטנדע ראַקעט אַטאַקעס אין אירע דרום זידלונגען, האָט מדינת ישראל פארברייטערט אירע סאנקציעס, מיט'ן פולשטענדיג פארזיגלען איר גרעניץ מיט עזה פּאַס און צייטווייליג פארמיידן ברענשטאף אימפּארט. שפעטער יענעם חודש, נאך כמעט א וואך פון דעם פארשארפטן מדינת ישראל-בלאקאדע, האבן חאמאס'ס קרעפטן צעשטערט טיילן פון דער באריער דורכאויס דעם גרעניץ פון עזה סטריפ-עגיפטן (פארשלאסן זייט חאמאס'ס איבערנעמען אינמיטן 2007 ביז 2011), עפענענדיג לעכער דורך וועלכע, לויט עטליכע אפשאצונגען, הונדערטער טויזנטער עזה'אַנער זענען דורכגעגאנגען אריין קיין עגיפּטן צו קויפן עסנוואַרג, ברענשטאָף און וואַרע אומערהאַלטבאַר אונטער די בלאקאַדע. עגיפּטישער פּרעזידענט [[חאסני מובאראק|חאָסני מובאַראַק]] האָט צייטווייליג ערלויבט דעם דורכברוך צו לינדערן דעם נויט פון די ציווילע אין עזה איידער די באמיאונגען האָבן געקענט אנהייבן צוריקשטעלן די גרעניץ. | |||
אין די יארן נאך וואס די מדינת ישראל בלאקאדע אויף עזה איז איינגעשטעלט געווארן, האט אן ארגאניזאציע באקאנט אלס די באפריי עזה באוועגונג געמאכט א צאל {{טערמין|מאריטימע|דורך דער ים}} באמיאונגען איר צו דורכברעכן. דער ערשטער אַזאַ מיסיע – וואָס איז באַשטאַנען פון אַ צוויי שיפן מיט מעדיצינישע סופּלייס און עטליכע 45 אַקטיוויסטן – איז געווארן ערלויבט צו דערגרייכן עזה אין אויגוסט 2008, און פיר מיסיעס אין די נאכפאלגנדע מאנאטן זענען אויך געווען ערפאלגרייך. אין מאי 2010 איז אַ פלאָטילע אויפ'ן וועג קיין עזה געווען דער סצענע פון אַ צוזאַמשטויס צווישן אַקטיוויסטן און מדינת ישראל קאָמאַנדאָס, אין וועלכע 9 פון די מער ווי 600 אַקטיוויסטן זענען אומגעקומען. | |||
אונטער מובאראק, איז עגיפטן'ס קאאפעראציע אין דורכפירן די בלאקאדע געווען טיף אומפאפולער ביים עגיפטישן פובליק. אין מאי 2011, פיר מאנאטן נאכדעם וואס א [[עגיפטישער אויפשטאנד פון 2011|פאלקס אויפשטאנד אין עגיפטן]] האט געצוואונגען מובאראק אפצוטרעטן אלס פרעזידענט, האט עגיפטן'ס צייטווייליגע רעגירונג געמאלדן אז זי וועט פּערמאנענט ווידער עפענען די ראפאח גרעניץ אריבערגאנג, ערלויבנדיג פאלעסטינער אריבערצוגיין צווישן עגיפטן און עזה. אומגעפער 1,200 מענטשן זענען ערלויבט געווארן צו אריבערגיין דעם גרעניץ טעגליך, כאָטש עס איז פארבליבן פארמאכט פאַר האַנדל. פאָרט אָבער, אין די אומרוען נאָך דאס ארויסשטויסן דעם עגיפּטישער פּרעזידענט [[מאָחאַמעד מאָרסי]] אין די זומער פון 2013, איז פאַרקער דורך די גרענעץ אַיבערגאנג רעדוצירט געווארן צו 50 מענטשן פּער טאָג צוליב זיכערהייט זאָרגן און איז שפּעטער אינגאַנצן פארמאכט געווארן. | |||
נאך וואס די [[פאלעסטינער אויטאריטעט|PA]] האט איבערגענומען קאנטראל פון די ראַפאח גרעניץ איבערגאנג אין ענדע 2017, האָט עגיפּטן אין מאי 2018 אָנגעהויבן ערלויבן 200 מענטשן פּער טאָג אַריבערצוגיין די גרעניץ. די גרעניץ איז קורצליך פארמאכט געווארן נאך וואס די PA האט איבערגעלאזט דעם עזה סטריפ אין יאנואר 2019, אבער עס איז ווידער געעפנט געווארן וואכן שפּעטער דורך חאַמאַס. דורכאויס דער זעלטענער און פארלענגערטער פארגרינגערונג פון דער גרעניץ זאל האבן באריכטעט געווארן אז צענדליגער טויזנטער עזה'ער האבן פּערמאנענט עמיגרירט פון עזה. | |||
נאָך חדשים פון געוואַלדטאטן צווישן מדינת ישראל און חאַמאַס אין מיטן 2018, האט מדינת ישראל אנגעהויבן צו פארגרינגערן באגרעניצונגען אויף איר בלאקאדע אַלס טייל פון אַן אָנשטרענגונג צו צו שאפן אן אינסענטיוו פאר אַ מער לאַנג-טערמין פייער-אָפּשטעל אפּמאך צווישן די צוויי. אין 2019 האָט מדינת ישראל ערלויבט דעם שטראָם פון נאָך סחורה אריין און אַרויס פון דער טעריטאָריע, פארברייטערט די ערלויבט פישעריי זאָנע פאַר עזה צו איר גרעסטער מאָס אין מער ווי אַ יאָרצענדלינג, און אנגעהויבן צו לאָזן טויזנטער פון עזה איינוואוינער אַריבער די גרעניץ צו אַרבעטן אין מדינת ישראל. | |||
[[קאטאר|קאַטאַר]] האָט דערווייל אָנגעהויבן פאָרשלאָגן צענדליגער מיליאָנען דאָלער אין הומאַניטאַרער הילף צום עזה פּאַס אין ענדע 2018, נאָכדעם וואָס סיי מדינת ישראל און סיי עגיפּטן האָבן איינגעשטימט צו ערלויבן די הילף. ביז 2021 האט זי אויסגעטיילט כמעט $400 מיליאָן צו די טעריטאָריע. | |||
===קאָנפליקט מיט מדינת ישראל=== | |||
== דרויסנדע לינקס == | == דרויסנדע לינקס == |
רעוויזיע פון 04:26, 4 דעצעמבער 2023
עזה פּאַס (אדער עזה סטריפּ. ענגליש: Gaza Strip, העברעאיש: רצועת עזה) איז א טעריטאָריע וואס אקופּירט 140 קוואַדראַט מייל (363 קוואַדראַט קילאמעטער) לויפנדיג ביים מיטלענדישער ים גלייך צפון־מזרח פון די סיני האַלב־אינזל. די עזה סטריפּ איז אומגעווענליך מיט'ן זיין א געדיכט באזעצט געגנט נישט אנערקענט אלס א דע יורי טייל פון קיין עקזיסטירנדן לאַנד. דער ערשטער אקוראטער צענזוס, דורכגעפירט אין סעפטעמבער 1967, האט געוויזן אַ באַפעלקערונג קלענער ווי פריער געשאַצט דורך די פאַראייניגטע פעלקער רעליעף און וואָרקס אַגענטור פאַר פּאַלעסטינע פּליטים אינעם נאָנטן מזרח (UNRWA) אָדער דורך עגיפטן, מיט כמעט האַלב פון די מענטשן וואוינענדיג אין פליטים לאגערן. די באפעלקערונג איז ארויף פון 1,899,291 אין 2017 צו א געשאצטע 2,226,544 אין 2023.
געאגראפיע
די עזה סטריפּ ליגט אויף א רעלאטיוו פלאַכער ברעג־פּלוין. טעמפּעראַטורן זענען דורכשניטליך אין די מיטעלע 50ער F (אומגעפער 13 °C) אין די ווינטער און אין דער העכערע 70ער צו נידריגע 80ער F (מיטעלע צו העכערע 20ער C) אין זומער. די געגנט באקומט א דורכשניט פון ארום 12 אינטשעס (300 ממ) פון אָפּזאַץ יערליך.
די לעבנס באדינגונגען אין עזה סטריפּ זענען טיפּיש אָרעם צוליב א צאָל סיבות: דער ענג־געדעכטע און שנעל־וואקסנדע באַפעלקערונג פונעם געגנט (די געגנט'ס וואוקס ראַטע איז איינער פון די העכסטע אין דער וועלט); אומצופרידנשטעלנדע וואַסער, אָפּגאַנג און עלעקטרישע באַדינונגען; הויכע ראַטעס פון אַרבעטסלאָזיגקייט; און, פון סעפטעמבער 2007, סאנקציעס וואס מדינת ישראל האט ארויפגעלייגט אויף דעם ראיאן.
אגריקולטור איז די עקאנאמישע הויפטשטיצע פון דער ארבעטנדע באפעלקערונג, און כמעט דריי פערטל פון דער ערד שטח איז אונטער קולטיוואציע. די הויפּט גערעטעניש, ציטרוס פרוכט, ווערט אנגעבויט אויף באוואסערטע ערד און איז עקספּאָרטירט צו אייראָפּע און אנדערע מארקפלעצער אונטער אראנזשירונג מיט מדינת ישראל. טראָק פלאַנצן, ווייץ און אייליבירטן ווערן אויך אנגעבויט. לייכטע אינדוסטריע און האנטווערק זענען צענטרירט אין עזה, די הויפּט־שטאָט פון דער געגנט.
אין פּאָליטיש סטאַבילע צייטן, טוען אַזוי פיל ווי אַ צענטל פון די פּאַלעסטינער באַפעלקערונג רייזן טעגליך קיין מדינת ישראל (וואו זיי זענען נישט ערלויבט צו בלייבן איבער נאַכט) צו אַרבעטן אין איינפאכע דזשאבס. פאליטישע שפּאַנונג און אויסברוכן פון געוואַלדטאַטן האָבן אָפט געפירט דערצו אז די מדינת ישראל אויטאריטעטן זאל פאַרמאַכן די גרעניץ פאַר לענגערע צייט־אפּשניטן, מאכנדיג פילע פּאַלעסטינער אַרבעטסלאָז. אלס רעזולטאט איז צושטאנד געקומען א בליענדע שמאָגלונג אינדוסטריע, באזירט אויף א נעץ פון אונטערערדישע טונעלן וואס פארבינדן טיילן פון עזה סטריפ מיט די דערנעבנדע עגיפטן. די טונעלן האבן צוגעשטעלט פאר פאלעסטינער צוטריט צו סחורות ווי שפייז, ברענשטאף, מעדיצין, עלעקטראניקס און וואפן.
היסטאריע
אקופּאַציע
נאכדעם וואס די הערשאפט פון דער אטאמאנישער אימפעריע האט זיך דארט געענדיגט אין דער ערשטער וועלט מלחמה (1914–1918), איז די עזה געגנט געווארן א טייל פונעם פעלקער ליגע מאנדאט פון פאלעסטינע אונטער בריטישער הערשאפט. איידער די דאָזיגע מאַנדאַט האָט זיך געענדיגט, האָט די אַלגעמיינע אַסעמבלי פון די פאַראייניגטע פעלקער (יו-ען) אין נאוועמבער 1947 אָנגענומען אַ פּלאַן פאַר דער אַראַבער-אידישער צעטיילונג פון פּאַלעסטינע, אונטער וועלכן מען זאָל צוטיילן די שטעטל עזה און אַ שטח פון אַרומיגע טעריטאָריע צו די אַראַבער. דער בריטישער מאנדאט האט זיך פארענדיגט דעם מאי 15, 1948, און אין דעם זעלבן טאג האט זיך אנגעהויבן די ערשטע אראב-מדינת ישראל מלחמה. עגיפטישע קרעפטן זענען באלד אריין אין שטעטל עזה, וואס איז געווארן די הויפטקווארטיר פון דער עגיפטישער עקספעדיציע קראפט אין פאלעסטינע. אלס א רעזולטאַט פון שווערע קאַמף אין הערבסט 1948, איז די געגנט אַרום די שטאָט אונטער אַראַבישער אקופּאַציע רעדוצירט געווארן צו אַ פּאַס פון טעריטאָריע 25 מייל (40 קילאמעטער) לאַנג און 4–5 מייל (6–8 קילאמעטער) ברייט. די געגנט איז געווארן באקאנט ווי די עזה פּאַס. אירע גרעניצן זענען געווארן פעסט־געשטעלט אינעם עגיפּטישן-מדינת ישראל וואָפן-אָפּמאַך פון פעברואר 24, 1949.
דער עזה סטריפּ איז געווען אונטער עגיפּטישע מיליטערישע הערשאפט פון 1949 ביז 1956 און ווידער פון 1957 ביז 1967. פון אנהויב איז די הויפט עקאנאמישע און סאציאלע פראבלעם פון דער געגנט געווען דאס אָנוועזנהייט פון א גרויסע צאל פאלעסטינער אראבישע פליטים וועלכע וואוינען אין עקסטרעמע אָרעמקייט אין נאָכגעלאָזטע לאגערן. די עגיפטישע רעגירונג האט נישט באטראכט דעם געביט פאר א טייל פון עגיפטן און האט נישט געלאזט די פליכטלונגען ווערן עגיפּטישע בירגער אדער צו מיגרירן קיין עגיפטן אדער צו אנדערע אראבישע לענדער וואו זיי זאלן ווערן אינטעגרירט אין דער באפעלקערונג. מדינת ישראל האָט זיי נישט געלאָזט זיך אומקערן צו זייערע אַמאָליגע היימען אָדער באַקומען פאַרגיטיגונג פאַר זייער פאַרלוסט פון פאַרמעגן. די פליטים זענען געווארן אויסגעהאלטן אין גרעסטן טייל מיט'ן הילף פון דער UNRWA. אסאך פון די יונגערע פליכטלונגען זענען געווארן פעדייאין (אראבישע גערילע אפערירנדיג קעגן מדינת ישראל); זייערע אטאקעס אויף מדינת ישראל זענען געווען איינע פון די אורזאכן וואס האבן געברענגט די סיני קאמפיין ביי די סועץ קריזיס פון 1956, ווען דער פּאַס איז גענומען געווארן דורך מדינת ישראל. די סטריפּ איז אומגעקערט געווארן צו עגיפּטישער קאָנטראָל אין 1957 נאָך שטאַרקע אינטערנאַציאָנאַלע דרוק אויף מדינת ישראל.
אין דער זעקס-טאָגיגער מלחמה פון יוני 1967, איז דער עזה-פּאַס ווידער איינגענומען געוואָרן דורך מדינת ישראל, וואָס האָט אקופּירט דעם ראיאן דעם נאכפאָלגנדן פערטל יאָרהונדערט. אין דעצעמבער 1987 האָבן ראיאטן און ווילדע גאַסן צוזאמענשטויסן צווישן די פּאַלעסטינער אין עזה און די אָקופּירנדע מדינת ישראל טרופּן אָנגעצייכנט דאס געבורט פון אַן אויפשטאַנד וואָס איז געווארן באקאנט אלס די אינטיפאדע (אַראַביש, "זיך אפּשאָקלען"). אין 1994 האט מדינת ישראל אָנגעהויבן אַ פאַזירטע איבערפירונג פון רעגירונג אויטאָריטעט אין די עזה סטריפּ צו די פּאַלעסטינער אויטאָריטעט (PA) אונטער די טערמינען פון די אָסלאָ אַקאָרדס וואָס זענען גע'חתמ'עט געווארן דורך מדינת ישראל און די פּאַלעסטינע באַפרייאונג ארגאניזאציע (PLO). די נארוואס־געבוירענע פאלעסטינער רעגירונג, אנגעפירט דורך יאסיר אראפאט, האט זיך געמיטשעט מיט אזעלכע פראבלעמען ווי א שטייענדע עקאנאמיע, צעטיילטע פאלקס שטיצע, אפגעשטעלטע פארהאנדלונגען מיט מדינת ישראל איבער ווייטערדיגע טרופן אפּטרעטן און טעריטאָריאַליטעט, און די דראאונג פון טעראָר דורך מיליטאַנטישע מוסולמענע גרופּעס ווי איסלאַמישן דזשיהאַד און חאַמאַס, וואָס האָבן זיך אַנטזאָגט צו איינגיין אויף קאָמפּראָמיסן מיט מדינת ישראל און האָבן דייקא געוואלט צו אינטערהאַקן דעם שלום-פּראָצעס. אָנגעהויבן אין סוף יאר 2000, האט אַ צוזאַמפאַל אין געשפּרעכן צווישן די PA און מדינת ישראל נאכגעגאפאָלגט מיט אַ ווייטער, מער עקסטרעמע אויסברוך פון געוואַלדטאַטן, גערופן די צווייטע, אָדער אַקצא, אינטיפאדא. אין אָנשטרענגונג צו ענדיגן די קאמפן, האָט דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער אריאל שרון, אין ענדע 2003, געמאָלדן א פּלאַן, וואָס האָט זיך צענטרירט אויף דאס צוריקציען מדינת ישראל זעלנער און זידלער פון עזה סטריפּ[1]. אין סעפטעמבער 2005 האָט מדינת ישראל פאַרענדיגט דעם ריקצוג פון דעם טעריטאָריע, און די קאנטראל פון עזה פּאַס איז אריבערגעפירט געווארן צו די PA, כאָטש מדינת ישראל האָט ווייטער פּאַטראָלירט אירע גרעניצן און לופט־רוימען.
אונטער חאַמאַס'נס גאווערנאַנץ
אין די 2006 PA פּאַרלאַמענטארישע וואַלן, האָט פאַטאַח – וואָס האט דאַמינירט די פּאַלעסטינע פּאָליטיק זינט איר גרינדונג אין די 1950ער – געליטן אַן אנטשיידנדע נידערלאַגע צו חאַמאַס, אפּשפיגלנדיג יאָרן פון אומצופרידנהייט מיט פאַטאַח'ס רעגירונג, וואָס איז געווארן קריטיקירט אַלס קאָרופּטירט און אומ־עפעקטיוו. דער זיג פון חאַמאַס האָט געפירט צו סאַנקציעס פון מדינת ישראל, די פאראייניגטע שטאטן און דעם אייראפעאישן פאראיין, וועלכע יעדער פון זיי האט אריינגעשטעלט די ארגאניזאציע אויף איר אפיציעלע ליסטע פון טעראר גרופעס. די עזה סטריפּ איז געווען דער פּלאַץ פון עסקאַלירנדע געוואַלדטאַטן צווישן די קאָנקורירנדע גרופּעס, און אַ קורץ-געלעבטע קאָאַליציע רעגירונג האט זיך געענדיגט אין יוני 2007 נאָך וואס חאַמאַס האט גענומען קאָנטראָל פון די עזה פּאַס און אַ פאַטאַח-געפירטע נויטפאַל קאַבינעט האט איבערגענומען קאָנטראָל פון די מערב ברעג. טראָץ רופן דורך PA פרעזידענט מאחמוד אבאס פאר חאמאס זאל אויפגעבן איר פאזיציע אינעם עזה סטריפ, איז דער טעריטאריע געבליבן אונטער חאמאס'ס קאנטראל.
פאַרזוך פאר אויסגלייכונג מיט פאַטאַח
א רייע פרואוון זענען געמאכט געווארן זיך צו אויסגלייכן מיט דער פאטאח־געפירטע PA. אַן ערשט אָפּמאַך איז געווארן דערגרייכט אין 2011 אָבער האט נישט געברענגט צו פיל ענדערונג. אין 2014 איז דערגרייכט געווארן א נייעם אפמאך, אין וועלכן חאמאס האט איינגעשטימט איבערצוגעבן די אדמיניסטראציע פון עזה סטריפ צו די PA און אנערקענען דעם פרעמיער מיניסטארשאפט פון ראמי חאמדאללא. אַזוי האָט די חאַמאַס רעגירונג אין עזה פּאַס רעזיגנירט, אריינגערעכנט דער פרעמיער מיניסטער איסמעאיל האניעה. פאָרט איז די PA נישט ערלויבט געוואָרן צו ווידער נעמען קאָנטראָל פון פּובליק אינסטיטוציעס אין די עזה סטריפּ ביז ענדע 2017, נאָך אימפּלעמענטאַציע פון אַ נייער הסכּם. פאר די PA איז אָבער נישט געלונגען צו באַקומען פולע גאווערנאַנץ אין דער געגנט, און האָט באַשלאָסן צו שניידן פאנדינג צו די עזה סטריפּ אין 2018. אזויווי די מיינונגס־פארשידנהייטן האבן פאָרגעזעצט צו עסקאַלירן, האט די PA אויפגעהערט אַפּערירן די ראַפאַח גרעניץ אַריבערגאַנג מיט עגיפּטן אין יאנואר 2019. שפּעטער יענעם חודש האט חאַמדאַללאַ רעזיגנירט, ענדיגנדיג דערמיט די אחדות־רעגירונג.
בלאקאַדע פון עזה פּאַס
אין הערבסט 2007 האָט מדינת ישראל דערקלערט דעם עזה סטריפּ אונטער חאַמאַס ווי אַ פיינטליכע געביט און באשטעטיגט אַ סעריע סאנקציעס, וואָס האָבן אַריינגענומען עלעקטריע שניטן, שווער באַגרעניצטע אימפּאָרטן, און גרעניץ שליסונגען. אין יאנואר 2008, שטייענדיג קעגן אָנהאַלטנדע ראַקעט אַטאַקעס אין אירע דרום זידלונגען, האָט מדינת ישראל פארברייטערט אירע סאנקציעס, מיט'ן פולשטענדיג פארזיגלען איר גרעניץ מיט עזה פּאַס און צייטווייליג פארמיידן ברענשטאף אימפּארט. שפעטער יענעם חודש, נאך כמעט א וואך פון דעם פארשארפטן מדינת ישראל-בלאקאדע, האבן חאמאס'ס קרעפטן צעשטערט טיילן פון דער באריער דורכאויס דעם גרעניץ פון עזה סטריפ-עגיפטן (פארשלאסן זייט חאמאס'ס איבערנעמען אינמיטן 2007 ביז 2011), עפענענדיג לעכער דורך וועלכע, לויט עטליכע אפשאצונגען, הונדערטער טויזנטער עזה'אַנער זענען דורכגעגאנגען אריין קיין עגיפּטן צו קויפן עסנוואַרג, ברענשטאָף און וואַרע אומערהאַלטבאַר אונטער די בלאקאַדע. עגיפּטישער פּרעזידענט חאָסני מובאַראַק האָט צייטווייליג ערלויבט דעם דורכברוך צו לינדערן דעם נויט פון די ציווילע אין עזה איידער די באמיאונגען האָבן געקענט אנהייבן צוריקשטעלן די גרעניץ.
אין די יארן נאך וואס די מדינת ישראל בלאקאדע אויף עזה איז איינגעשטעלט געווארן, האט אן ארגאניזאציע באקאנט אלס די באפריי עזה באוועגונג געמאכט א צאל מאריטימע באמיאונגען איר צו דורכברעכן. דער ערשטער אַזאַ מיסיע – וואָס איז באַשטאַנען פון אַ צוויי שיפן מיט מעדיצינישע סופּלייס און עטליכע 45 אַקטיוויסטן – איז געווארן ערלויבט צו דערגרייכן עזה אין אויגוסט 2008, און פיר מיסיעס אין די נאכפאלגנדע מאנאטן זענען אויך געווען ערפאלגרייך. אין מאי 2010 איז אַ פלאָטילע אויפ'ן וועג קיין עזה געווען דער סצענע פון אַ צוזאַמשטויס צווישן אַקטיוויסטן און מדינת ישראל קאָמאַנדאָס, אין וועלכע 9 פון די מער ווי 600 אַקטיוויסטן זענען אומגעקומען.
אונטער מובאראק, איז עגיפטן'ס קאאפעראציע אין דורכפירן די בלאקאדע געווען טיף אומפאפולער ביים עגיפטישן פובליק. אין מאי 2011, פיר מאנאטן נאכדעם וואס א פאלקס אויפשטאנד אין עגיפטן האט געצוואונגען מובאראק אפצוטרעטן אלס פרעזידענט, האט עגיפטן'ס צייטווייליגע רעגירונג געמאלדן אז זי וועט פּערמאנענט ווידער עפענען די ראפאח גרעניץ אריבערגאנג, ערלויבנדיג פאלעסטינער אריבערצוגיין צווישן עגיפטן און עזה. אומגעפער 1,200 מענטשן זענען ערלויבט געווארן צו אריבערגיין דעם גרעניץ טעגליך, כאָטש עס איז פארבליבן פארמאכט פאַר האַנדל. פאָרט אָבער, אין די אומרוען נאָך דאס ארויסשטויסן דעם עגיפּטישער פּרעזידענט מאָחאַמעד מאָרסי אין די זומער פון 2013, איז פאַרקער דורך די גרענעץ אַיבערגאנג רעדוצירט געווארן צו 50 מענטשן פּער טאָג צוליב זיכערהייט זאָרגן און איז שפּעטער אינגאַנצן פארמאכט געווארן.
נאך וואס די PA האט איבערגענומען קאנטראל פון די ראַפאח גרעניץ איבערגאנג אין ענדע 2017, האָט עגיפּטן אין מאי 2018 אָנגעהויבן ערלויבן 200 מענטשן פּער טאָג אַריבערצוגיין די גרעניץ. די גרעניץ איז קורצליך פארמאכט געווארן נאך וואס די PA האט איבערגעלאזט דעם עזה סטריפ אין יאנואר 2019, אבער עס איז ווידער געעפנט געווארן וואכן שפּעטער דורך חאַמאַס. דורכאויס דער זעלטענער און פארלענגערטער פארגרינגערונג פון דער גרעניץ זאל האבן באריכטעט געווארן אז צענדליגער טויזנטער עזה'ער האבן פּערמאנענט עמיגרירט פון עזה.
נאָך חדשים פון געוואַלדטאטן צווישן מדינת ישראל און חאַמאַס אין מיטן 2018, האט מדינת ישראל אנגעהויבן צו פארגרינגערן באגרעניצונגען אויף איר בלאקאדע אַלס טייל פון אַן אָנשטרענגונג צו צו שאפן אן אינסענטיוו פאר אַ מער לאַנג-טערמין פייער-אָפּשטעל אפּמאך צווישן די צוויי. אין 2019 האָט מדינת ישראל ערלויבט דעם שטראָם פון נאָך סחורה אריין און אַרויס פון דער טעריטאָריע, פארברייטערט די ערלויבט פישעריי זאָנע פאַר עזה צו איר גרעסטער מאָס אין מער ווי אַ יאָרצענדלינג, און אנגעהויבן צו לאָזן טויזנטער פון עזה איינוואוינער אַריבער די גרעניץ צו אַרבעטן אין מדינת ישראל.
קאַטאַר האָט דערווייל אָנגעהויבן פאָרשלאָגן צענדליגער מיליאָנען דאָלער אין הומאַניטאַרער הילף צום עזה פּאַס אין ענדע 2018, נאָכדעם וואָס סיי מדינת ישראל און סיי עגיפּטן האָבן איינגעשטימט צו ערלויבן די הילף. ביז 2021 האט זי אויסגעטיילט כמעט $400 מיליאָן צו די טעריטאָריע.
קאָנפליקט מיט מדינת ישראל
דרויסנדע לינקס
- Jewish Virtual Library - The Gaza Strip: History of Jewish Settlement
- Jewish Policy Center - GazaWATCH: History
- עזה פאס, קורץ שילדערונג און סטאטיסטיק אויף דער פאַקט־בוך אויף לענדער פון די CIA (ענגליש)
- ↑ זעט ריקצוג פלאן