אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המכלול:שפראך געשפרעכן"

ק ((diffedit))
צייכן: ענטפער

(4 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 35: שורה 35:
::::::::אידיש איז מער גערמאניש ווי ענגליש, מער ענליך צו דייטש, און אוודאי גאנץ אנדערש ווי לשון קודש. מ'וועט זיך פיל מער האלטן צו לייגן דעם אדיעקטיוו פאר'ן זאכווארט. דאס מיינט אבער נישט אז ס'איז אן אייזערנער כלל. מ'דארף אלץ צולייגן קאפ וויאזוי ס'מאכט דאס מערסטע סענס. למשל מ'זאגט '''מעשיות פון צדיקים''', נישט צדיק'ישע מעשיות; '''מלאכים פון הימל''', נישט הימלישע מלאכים. אויך ווערן געוויסע ווערטער אומווילנדיג איבערגעטייטשט פון זייער אריגינעלער שפראך, זאגט מען עס לויט זייער סדר הדברים. למשל '''די טעג פון בין המצרים''', נישט בין המצרים טעג; '''די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע''', נישט אמעריקע'ס פאראייניגטע שטאטן. {{פארגעסן צו אונטערשרייבן|גרשון}}

:::::::::{{א|גרשון|אי}} משום הא, יש מה להשיב. דער פראגע איז ליבערשט צו אידיש האט א genetive case, און וואס איז דער word order דערפון. דאס מציאות איז א דער נאכזילבע "ס" איז שטארק אין באנוץ, און עס איז שווער צו זאגן אז דאס איז אלץ אומריכטיג. (דער אידישער נאמען פונעם ריי"ץ'ס ספר הזכרונות איז "ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות") און אין ענגליש וויקיפעדיע ווערט גע'טענה'ט אז עס איז ריכטיג/גאנגבאר ביי לעבעדיגע זאכן (ד.ה. אז דיינע ביישפילן זענען נישט אלעמאל רעלעוואנט). קען מען איינגיין אויף אזא פשרה? לעבעדיג מענטש יא, אלץ אנדערש נישט?--[[באַניצער:שווערמער|שווערמער]] ([[באַניצער שמועס:שווערמער|שמועס]]) 02:08, 22 נאוועמבער 2023 (UTC)

:::::::::ריכטיג, געניטיוון זענען געווענליך שייך ביי לעבעדיגע זאכן. הגם איך גלייב נישט אז מ'וואלט דאס אוועקגעשטעלט אלס לינגוויסטישער כלל אז ס'איז '''נאר''' ביי לעבעדיגע זאכן.
::::::::::ריכטיג, געניטיוון זענען געווענליך שייך ביי לעבעדיגע זאכן. הגם איך גלייב נישט אז מ'וואלט דאס אוועקגעשטעלט אלס לינגוויסטישער כלל אז ס'איז '''נאר''' ביי לעבעדיגע זאכן.
:::::::::בכל אופן, דערפאר טאקע האב איך געוויזן די גראמאטישע נאנטקייט צווישן א גענינטיוו און אן אדיעקטיוו. למען האמת איז עס טאקע נישט עכט אן אדיעקטיוו, נאר א זאכווארט. אבער ס'זיצט אויף אן ענליכער פאזיציע, צו מאדיפיצירן דאס זאכווארט דערנאך, און דער סדר פון ווערטער דא איז קלאר באזירט אויפ'ן סדר פון אדיעקטיוו+זאכווארט. {{פארגעסן צו אונטערשרייבן|גרשון}}
::::::::::בכל אופן, דערפאר טאקע האב איך געוויזן די גראמאטישע נאנטקייט צווישן א גענינטיוו און אן אדיעקטיוו. למען האמת איז עס טאקע נישט עכט אן אדיעקטיוו, נאר א זאכווארט. אבער ס'זיצט אויף אן ענליכער פאזיציע, צו מאדיפיצירן דאס זאכווארט דערנאך, און דער סדר פון ווערטער דא איז קלאר באזירט אויפ'ן סדר פון אדיעקטיוו+זאכווארט. {{פארגעסן צו אונטערשרייבן|גרשון}}
:::::::::::{{קליין|אגב, כ'האב הנאה געהאט פון צמא''''נ'''ס בליץ אנצוהייבן דעם שמועס מיט ביידע ביישפילן ("מכלולאים וואס זענען אקטיוו" און "שפראך עקספערטן")}}. [[משתמש:נייטראלער|נייטראלער]] • [[שיחת משתמש:נייטראלער|שמועס]] • י' כסלו ה'תשפ"ד 19:13 (IDT)

==גריכישע נעמען==

רבותי, נאך א דיסקוסיע. עס שוין צו גיין חנוכה, ווען די יוונים וועלן פארנעמען די קעפלעך. די פראגע איז אזוי: וויאזוי זאל מען שרייבן יווני'שע (און רומי'שע) נעמען, אין אידיש אדער לשון קודש?

אין אידיש שרייבט מען "אנטיאָכאָס", "אלעקסאנדער", "ניקאַנאָר" וכו', מיט וואקאלן; אין לשון קודש : "אנטיוכוס", "אלכסנדר", "ניקנור" וכו'.

לגבי אנטיוכוס, בגריס, טיטוס, אספסינוס, אדרינוס וכדו' איז פשוט אז מען שרייבט לשון קודש. אבער וואס איז מיט גאַיוס אָקטאַוויוס/גאיוס אוקטביוס, העראָדאָטאָס/הרודוטוס, באַקכידעס/בקכידס. דער פראגע טיילט זיך אין עטליכע פונקטן:

א. וואס איז מיט אומבאקאנטע נעמען אין לשון קודש, ווי אויבן אויסגערעכנט.

ב. וואס איז מיט אומבאקאנטע מענטשן, מיט באקאנטע נעמען אין לשון קודש. ווי: אנטיוכוס דער דריטער, תלמי דער זיבעטער (בפשטות לשון הקודש - מפי כמה חברים).

ג. וואס איז מיט א צונמען ווי "עפיפאַנעס/אפיפנס". קען מען מאכן האלב אזוי האלב אזוי? וא"ת אז אפיפנס איז נאך גענוג באקאנט אין לשה"ק, וואס איז מיט אנטיוכוס אֶאופטור/אייפאַטאָר?

ד. וואס איז מיט ווערטער וואס שטאמען פון באקאנטע נעמען, אבער זיי זענען נישט. ווי תלמי'שע אימפעריע/פטאָלעמאַישע אימפעריע, אדרינוס'ישע ארכיטעקטור/האדריאנער ארכיטעקטור, וכדומה.

ה. זאגן אז א נאמען וואס ערשיינט אין מדרש בלייבט לשון קודש, איז די פראגע צי איינמאל דערמאנט ווערן איז גענוג, און ווי באקאנט ער דארף זיין מיט זיין לשון קודש'דיגע דערמאנונג. למשל: טראַיאַנוס ווערט דערמאנט אין מדרש אלץ "טרכינוס", געציילטע מאל; איך מיין אז עס איז נישט ריכטיג אים צו רופן יעצט איבעראל טרכינוס.

פנחס גלויבער איז זיין אידישע יוסיפון האט געשטעלט א צעמישנדע און אומקלארע פרעצעדנט, שרייבנדיג "אלעקסאנדער" אבער "אנטיוכוס אפיפאנס" און "אאופטור", (און ער איז לאו דוקא א ראיה, ווייל ער קען מחליט צו זיין נישט איבערצוזעצן נעמען נאר לאזן ווי אין יוסיפון)

[אויך: ווי אזוי שרייבט מען "eu" אין אידיש (נוגע למשל פאר Eupator, Euergetes, און Seleucus) "עאו", אדער "איי"’ ווי אין "איירופה" און נאך אידישע ווערטער? (ביי וויינרייך און הארדאף זענען אלע אזעלע ווערטער מיט "איי", ווי euphemism>אייפעמיזם, Eurasia>אייראזיע וכדומה). לדעתי "איי": אנטיוכוס אייפאַטאָר, תלמי אייערגעטעס, און סעלייקאָס, (ספעציעל אז אין אלט גריכיש איז υ געווען ווי ü אין דייטש).]

וואס זאגן {{אמ|}} ושאינם? [[באַניצער:שווערמער|שווערמער]] ([[באַניצער שמועס:שווערמער|שמועס]]) 19:49, 23 נאוועמבער 2023 (UTC)

:לענ"ד:
:א. ווען שייך צו טרעפן וועלכע פון די צוויי וועגן זענען מער אין באנוץ, נוצט מען יענע; ווען נישט, חזר הדין צו שרייבן אין אידיש.
:ב. נוצט מען די באקאנטע נעמען, אויך אויף אומבאקאנטע פערזאנען.
:אלעס איבריגס, כגון דא צריכא רבה... {{עקספערטן|שפראך}}.
:אגב, יעצט אז מיר האבן שוין א דעזיגנירטע ארט פאר שפראך געשפרעכן און זייערע עקספערטן, איז אפשר געקומען די צייט אויפצופרישן דעם באנוץ פון {{מל|לקס}} מוסטער, וואס ערמעגליכט פליסיג צו שרייבן ארטיקלען, אן זיך אנצושטאלפערן אין כסדר'דיגע שפראך-הכרעות וועלכע דארפן געמאכט ווערן, און ווען די הכרעה וועט געמאכט ווערן - מיט ישוב הדעת, נישט אונטער א דעדליין דרוק - וועט עס אויטאמאטיש אימפלעמענטירט ווערן אין אלע רעלעוואנטע ארטיקלען. — [[באניצער:צמא לדעת|צמא לדעת]] • [[באַניצער שמועס:צמא לדעת|שמועס]] • י"ג כסלו ה'תשפ"ד 09:40, 26 נאוועמבער 2023 (UTC)