אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דאנאלד טראמפ"

(אויסשטעל)
שורה 67: שורה 67:
[[פארבס]] שאצט טראמפ'ס פארמעגן אין 2020 ביי 2.1 ביליאן דאלאר, אין פארגלייך צו די 4.5 ביליאן דאלאר פון 2016{{הערה|[https://www.forbes.com/profile/donald-trump/ דאנאלד טראמפ'ס פראפיל] אויף פארבס}}. טראמפ האט קיינמאל נישט אפיציעל ארויסגעגעבן זיינע שטייער רעקארדס, דערפאר איז אוממעגליך צו וויסן מיט זיכערקייט וויפיל איז זיין נעץ ווערט. בשעת די 2016 פּרעזידענטליכע וואלן קאמפיין, האט די ניו יארק טיימס אויפגעדעקט טייל פון טראמפּ'ס שטייער ריטערנס פון 1995 פון וואָס עס ארויסגעקומען אַז ער האט פאלוירן 916 מיליאָן דאלער יענער יאָר. דאָס האָט אים ערמעגליכט צו רעכענען די פארלוסטן אין די פאלגענדע יארן און אויסמיידן צאלן שטייערן. ביי איינע פון ​​די פרעזידענטליכע דעבאטעס האט טראמפ געזאגט אז ער האט נישט באצאלט שטייערן ווייל ער איז קלוג.
[[פארבס]] שאצט טראמפ'ס פארמעגן אין 2020 ביי 2.1 ביליאן דאלאר, אין פארגלייך צו די 4.5 ביליאן דאלאר פון 2016{{הערה|[https://www.forbes.com/profile/donald-trump/ דאנאלד טראמפ'ס פראפיל] אויף פארבס}}. טראמפ האט קיינמאל נישט אפיציעל ארויסגעגעבן זיינע שטייער רעקארדס, דערפאר איז אוממעגליך צו וויסן מיט זיכערקייט וויפיל איז זיין נעץ ווערט. בשעת די 2016 פּרעזידענטליכע וואלן קאמפיין, האט די ניו יארק טיימס אויפגעדעקט טייל פון טראמפּ'ס שטייער ריטערנס פון 1995 פון וואָס עס ארויסגעקומען אַז ער האט פאלוירן 916 מיליאָן דאלער יענער יאָר. דאָס האָט אים ערמעגליכט צו רעכענען די פארלוסטן אין די פאלגענדע יארן און אויסמיידן צאלן שטייערן. ביי איינע פון ​​די פרעזידענטליכע דעבאטעס האט טראמפ געזאגט אז ער האט נישט באצאלט שטייערן ווייל ער איז קלוג.


==דאס לויפן פאר פרעזעדענט אין 2016==
== 2016 פּרעזידענטליכע וואַלן ==
===די 2016 פּרעזאַדענטליכע וואַלן קאמפיין===
===רעפובליקאנער פארטיי נאמינאציע===
====רעפובליקאנער פארטיי נאמינאציע====
[[טעקע:Trump 2016.svg|קליין|טראמפ'ס קאמפיין לאגא]]
[[טעקע:Trump 2016.svg|קליין|טראמפ'ס קאמפיין לאגא]]
טראמפ איז געווען א מיטגליד אין דער דעמאקראטישער פארטיי ביז 1987. דערנאך איז ער געווארן א מיטגליד אין דער רעפובליקאנער פארטיי ביז 1999. פון דעמאלט ביז 2001 האט ער געשטיצט די אמעריקען רעפארם פארטיי. אין 2001 האט ער זיך אומגעקערט צו דער דעמאקראטישער פארטיי ביז 2009. אין 2008 האט ער אפילו אויסגעדריקט שטיצע פאר די אימפיטשמענט פון פרעזידענט דזשארזש וואקער בוש. דערנאָך האָט ער זיך צוריק געווארן א אָנהענגער פון דער רעפובליקאנער פארטיי, אויסער אַ קורצע צייט אין 2011–2012 ווען ער איז געווען אומאפהענגיג פון קיין שום פארטיי. ער האָט געווארן אינטרעסירט אין דער רעפובליקאנער פרעזעדענטלכע נאמינעישאן פון 2012, און מען האט געזאגט אויף איס אז ער איז איינער פון די מערסט פאפולערע קאנדידאטן צו לויפן אין די 2012 פריימעריס פון דער רעפובלוקאנער פּאַרטיי. מיט אלעם האט ער געלאזט וויסן מאי 2011 אז ער האט נישט אין פלאן צו לויפן פאר די קומענדיגע פרעזידענטלכע וואלן, וועלכע זענען פארגעקומען מיט א האלב יאר שפעטער.
טראמפ איז געווען א מיטגליד אין דער דעמאקראטישער פארטיי ביז 1987, דערנאך איז ער געווארן א מיטגליד אין דער רעפובליקאנער פארטיי ביז 1999. פון דעמאלט ביז 2001 האט ער געשטיצט די רעפארם פארטיי. אין 2001 האט ער זיך אומגעקערט צו דער דעמאקראטישער פארטיי ביז 2009. אין 2008 האט ער אפילו אויסגעדריקט שטיצע פאר די אימפיטשמענט פון פרעזידענט [[דזשארזש וואקער בוש]]. דערנאָך איז ער צוריק געווארן אן אָנהענגער פון דער רעפובליקאנער פארטיי, אויסער אַ קורצע צייט אין 2011–2012 ווען ער איז געווען אומאפהענגיג. ער האָט אויסגעדריקט אינטערעסע אין קאנדידאטירן פאר דער רעפובליקאנער פרעזידענטליכע נאמינאציע פון 2012, און מען האט געזאגט אויף אים אז ער איז איינער פון די מערסט פאפולערע קאנדידאטן צו לויפן אין די 2012 פריימעריס פון דער רעפובלוקאנער פּאַרטיי. מיט אלעם איז ער דערמאלט נישט געלאפן פאר אמט.


דעם 16טן יוני, 2015, האָט ער געמאָלדן זיין קאַנדידאַטאר פאַר די 2016 פּרעזידענטלכע וואלן אין ער פלאנט זיך צו פארמעסטן אויף די נאמינאציע פון דער רעפובליקאנער פארטיי אונטערן שלאג ווארט "מאַך אַמעריקע ווידער גרויס" (Make America Great Again) .ער האט געלאזט פאלן א סטעיטמענט ביי די דער אוונט ווי ער האט גמאלדן פרעזידענט לכע קאנדידאטור אין דער טראמפ טאַוער, אז ער וועט בויען א וואנט צווישן מעקסיקא און די פאַרייניגטע שטאטן, און אז עס איז דא פון ​​די אומלעגאלע אימיגראנטן וואס כאפן זיך אריין צו די פארייניגטע שטאַטן פון מעקסיקא וואס ברענגען אריין דראגס און פארברעכנס, דאס האט געפירט די מידיע און די אמעריקאנער פּאליטישע סיסטעם אין כאאס, און איז געווארן קריטיקירט פון מיטגלידער פון זיין אייגענע פּאַרטיי, אַריינגערעכנט דזשעב בוש, ריק פּערי, מיט ראמני און מארקא רוביא. ער איז שפעטער קריטיקירט געווארן פאר'ן אטאקירן סענאטאר דזשאן מעקעין, וועלכער האט געטענהט אז די 15,000 מענטשן וועלכע זענען געקומען צו טראמפ'ס ראלי זענען משוגעים, זאגנדיג אז אין זיינע אויגן איז מעקעין, וועלכער איז געכאפט געווארן אלס סאלדאט אין די וויעטנאם קריג, נישט קיין מלחמה העלד, ווי אויך איז ער קריטקירט געוארן פאר זיין רוף אין דעצעמבער 2015 צו פארבאטן מוסולמענער אריינצוגיין אין די פאראייניגטע שטאטן ביז אז די אדמיניסטראציע וועט אנאליזירן פובליק מיינונגס אנקעטעס אין דער מוסולמענער וועלט לויט וועלכע רוב מוסולמענער דערקלערן האַס צו אמעריקאנער און באשליסן ווי אזוי צו באהאנדלען מיט דעם. די פויפסט פראַנסיס האט געזאגט אַז ווער עס האלט אז מען דארף בויען ווענט און נישט בריקן איז נישט קריסטלעך. טראמפ האט געענטפערט אז די סטעיטמענט פון די פויפ איז שענדלעך און אז קיין פירער, ספעציעל א רעליגיעזער פירער, האט נישט די רעכט צו פרעדיגן אנטקעגן די גלויבונג פון אן אנדערן.
[[טעקע:Donald Trump (25953705015).jpg|קליין|דאָנאַלד טראַמפּ טראָגט א מאגא (מאַך ווידער גרויס אַמעריקע) רויט הוט ביי אַ קאַמפּיין ראלי אין פאונטען הילס, אַריזאָנא, מערץ 2016.]]
דעם 16טן יוני, 2015, האָט ער געמאָלדן זיין קאַנדידאַטור פאַר די 2016 פּרעזידענטליכע וואלן מטעם דער רעפובליקאנער פארטיי אונטערן שלאג־ווארט "מאַך אַמעריקע ווידער גרויס" (Make America Great Again). ביים אוונט אינעם טראמפ טאַוער וואו ער האט געלאזט אין גאנג זיין קאמפיין, האט ער דערקלערט אז ער וועט בויען א וואנט צווישן מעקסיקא און די פאַראייניגטע שטאטן, און אז עס זענען דא ​​אומלעגאלע אימיגראנטן וואס כאפן זיך אריין צו די פאראייניגטע שטאַטן פון מעקסיקא וואס ברענגען אריין דראגס און פארברעכנס, דאס האט אנגעדרייט א שטורעם ביי די מידיע און די אמעריקאנער פּאליטישע סיסטעם, און איז געווארן קריטיקירט אויך פון מיטגלידער פון זיין פּאַרטיי, אַריינגערעכנט [[דזשעב בוש]], [[ריק פערי|ריק פּערי]], [[מיט ראמני]] און [[מארקא רוביא]]. ער איז שפעטער קריטיקירט געווארן פאר'ן אטאקירן סענאטאר [[דזשאן מעקעין]], וועלכער האט געזאגט לויט אים אז די 15,000 מענטשן וועלכע זענען געקומען צו טראמפ'ס ראלי זענען משוגעים, זאגנדיג אז אין זיינע אויגן איז מעקעין, וועלכער איז געפאנגען אין די וויעטנאם קריג, נישט קיין מלחמה העלד. אויך איז ער קריטקירט געוארן פאר זיין רוף אין דעצעמבער 2015 צו פארבאטן מוסולמענער אריינצוקומען אין די פאראייניגטע שטאטן ביז די רעגירונג וועט אנאליזירן פובליק מיינונג אנקעטעס אין דער מוסולמענער וועלט לויט וועלכע מערסטנס מוסולמענער דערקלערן האַס צו אמעריקאנער און וועט באשליסן ווי אזוי צו האנדלען מיט דעם. די פויפסט [[פראַנציס]] האט געזאגט אז ווער עס האלט אז מען דארף בויען ווענט און נישט בריקן איז נישט קיין קריסט. טראמפ האט געענטפערט אז די סטעיטמענט פונעם פויפסט איז שענדליך און אז קיין פירער, ספעציעל א רעליגיעזער פירער, האט נישט די רעכט צו צווייפלען אין א צווייטנ'ס גלויבונג.


טראמפ געניסט פון א שטענדיגע אויבערהאנט אין אנקעטעס צווישן די רעפובליקאנער פארטיי קאנדידאטן און אינעם געביט פון מידיע דעקונג דורכאויס די פרעזידענטליכע קאמפיין. אין די פריימעריס וועלכע האבן זיך אנגעהויבן אין פעברואר 2016 איז ער אריינגעקומען דער צווייטער אין די אייאווע קאוקוסעס (נאך טעד קרוז) און איז איירנגעקומען די ערשטע אין די ניו העמפשיר פריימעריס, די דרום קאראליינע פריימעריס און די נעוואדע קאוקסעס. אויך אין די וואלן אין 13 שטאטן, וואס קומט פאר דעם 1טן מערץ, אום "גרויסע דינסטאג", האט טראמפ געוואונען די גרעסטע צאל שטימען צווישן די קאנדידאטן. בשעת דער קאמפיין האט ער באקומען די שטיצע פון ​​עלטערע רעפובליקאנער ווי סערע פאלין, קריס קריסטי, רודי דשוליאני און דזשעף סעשאנס, הגם רוב פון די רעפובליקאנער עסטעבלישמענט זענען נישט געווען צופרידן פון זיין קאנדידאטור, סיי צוליב זיינע פאליסי און סטיל, און אויך פון די מוראהאבן זיי זיך געזארגט אז זיין כאראקטער וועט מאכן שווער פאַר די פּאַרטיי צו געווינען די אלגעמיינע עלעקשאנס.
טראמפ האט גענאסן פון א שטענדיגע אויבערהאנט אין אנקעטעס צווישן די רעפובליקאנער פארטיי קאנדידאטן און אינעם פארנעם פון מידיע דעקונג דורכאויס די קאמפיין. אין די [[פריימעריס]] וועלכע האבן זיך אנגעהויבן אין פעברואר 2016 איז ער אריינגעקומען דער צווייטער אין די [[אייאווע]] קאוקוסעס (נאך [[טעד קרוז]]) און דער ערשטער אין די [[ניו העמפשער|ניו העמפשיר]] פריימעריס, די [[דרום קאראליינע]] פריימעריס און די [[נעוואדא|נעוואדע]] קאוקוסעס. אויך אין די וואלן אין 13 שטאטן אין מערץ 1, "דעם גרויסן דינסטאג", האט טראמפ געוואונען די גרעסטע צאל שטימען צווישן די קאנדידאטן. בשעת דער קאמפיין האט ער באקומען די שטיצע פון ​​עלטערע רעפובליקאנער ווי [[סארא פעלין|סערע פעילין]], [[קריס קריסטי]], [[רודי דזשוליאני]] און [[דזשעף סעשאנס]], הגם רוב פון די רעפובליקאנער עסטעבלישמענט איז נישט געווען צופרידן פון זיין קאנדידאטור, סיי צוליב זיינע פאליסיס און סטיל, און אויך אויס זארג אז זיין כאראקטער וועט מאכן שווער פאַר די פּאַרטיי צו געווינען די וואַלן.


====די אַלגעמיינע וואַלן====
===די אַלגעמיינע וואַלן===
[[טעקע:Donald Trump (29347022846).jpg|קליין|טאמפ ביי א קאמפיין ראלי אין אריזאנע, אוגוסט 2016]]
[[טעקע:Donald Trump (29347022846).jpg|קליין|טראמפ ביי א קאמפיין ראלי אין אריזאנע, אוגוסט 2016]]
[[טעקע:JANUS-Tête-à-Tête- Sitting President & President-elect, Barack Obama & Donald Trump squatting next to each other on arm-chairs in the Oval Office on November 10th 2016. (31196987133).jpg|קליין|אין א ערשטע שמועס מיט פרעזידענט באראק אבאמא אינעם אוועל אפיס, נאוועמבער 2016]]
[[טעקע:JANUS-Tête-à-Tête- Sitting President & President-elect, Barack Obama & Donald Trump squatting next to each other on arm-chairs in the Oval Office on November 10th 2016. (31196987133).jpg|קליין|אין א ערשטע שמועס מיט פרעזידענט באראק אבאמא אינעם אוועל אפיס, נאוועמבער 2016]]
אין מאי 2016 האט ער געוואונען די פריימעריס אין אינדיענע מיט איבערוויגענדע מערהייט. דעריבער האבן טעד קרוז און דזשאן קאסיק זיך ארויסגעצויגן פון די געיעג און טראמפ איז געבליבן דער איינציגסטער קאנדידאט פון דער רעפובליקאנער פארטיי. דעם 26סטן מיי 2016 האט טראמפ מצליח געווען אנצוקומען צו די געפאדערטע סומע פון דעלעגאטן וואס מען דארף האב צו זיין פארזיכערט מיט די נאמינאציע, און ביי דער קאנווענטשאן פון די רעפובליקאנער פארטיי אין יולי 2016 איז ער געווארן דער אפיציעלער קאנדידאט פארן פרעזידענטשאפט. עטלעכע טעג פריער, האט ער גענומען דער גאווערנאר פון אינדיאנא, מייק פּענס, אלס זיין מיטלויפער פאר ​​וויצע פּרעזידענט.
אין מאי 2016 האט ער געוואונען די פריימעריס אין [[אינדיאנע|אינדיענע]] מיט אן איבערוויגנדע מערהייט. דעריבער האבן טעד קרוז און דזשאן קעיסיק זיך ארויסגעצויגן פונעם געיעג און טראמפ איז געבליבן דער איינציגסטער קאנדידאט פון דער רעפובליקאנער פארטיי. מאי 26, 2016 האט טראמפ מצליח געווען אנצוקומען צו די געפאדערטע סומע פון דעלעגאטן וואס פאדערט זיך צו פארזיכערן מיט די נאמינאציע, און ביי דעם קאנווענטשאן פונעם פארטיי אין יולי 2016 איז ער געווארן דער אפיציעלער קאנדידאט פארן פרעזידענטשאפט. עטלעכע טעג פריער, האט ער גענומען דער גאווערנאר פון אינדיאנא, מייק פּענס, אלס זיין מיטלויפער פאר ​​וויצע פּרעזידענט.


טראמפ'ס קאמף איז געווען אויסערגעווענליך צוליב די פילע אטאקעס וואס ער האט באקומען פון די מידיע און זיינע קעגנער און צוליב זיינע שארפע רעאקציעס אויף די אטאקעס. בשעת אַן אינטערוויו מיט די סי.בי.עס מדיע נעטווארק, האָט ער געזאגט וועגן די מוסלומענער פראגע, אַז הגם ער האָט נישט ליב ראסיזם, איז צייט צו אָנצוהויבן צו קלערן וועגן דעם, ווייל עס ווערט סוקסעספול דורכגעפירט אין מדינת ישראל און אין אנדערע לענדער. ביים דעמאקראטישע קאנווענשאן האבן גערעדט די עלטערן פון אן אמעריקאנער מוסלומענער זעלנער וואס איז געהרגעט געווארן בשעת'ן דינען אין איראַק, און האבן אטאקירט טראמפּ פאַר זיינע ווערטער. טראמפ האט גערעדט שארף קעגן דער דעמאקראטישער קאנדידאט, הילארי קלינטאן, און האט זי אנגערופן דורכאויס דעם קאמפיין "קרומע הילארי". ער האָט אויך גענוצט פארשעמענדע טערמינען קעגן זיינע קעגנער אויף דער רעפובליקאנער זייט, ווי "קליינע מארקא" (סענאטאר מאַרקאָ רוביאָ) און "טעד דער ליגנער" (סענאטאר טעד קרוז).
טראמפ'ס געלויף איז געווען אומגעווענליך צוליב די פילע אטאקעס וואס ער האט געכאפט פון די מידיע און זיינע קעגנער און צוליב זיינע שארפע רעאקציעס אויף די אטאקעס. בשעת אַן אינטערוויו מיט די [[סי בי עס|סי.בי.עס]] מידיע נעטווארק, האָט ער געזאגט וועגן מוסלומענער, אַז הגם ער האָט נישט ליב {{טערמין|פּראופיילינג|racial profiling}}, איז צייט אָנצוהויבן קלערן דערוועגן, ווי עס ווערט סוקסעספול דורכגעפירט אין מדינת ישראל און אין אנדערע לענדער. ביים דעמאקראטישע קאנווענשאן האבן גערעדט די עלטערן פון אן אמעריקאנער מוסלומענער זעלנער וואס איז גע'הרג'עט געווארן בשעת'ן דינען אין [[איראקער קריג|איראַק]], און האבן אטאקירט טראמפּ פאַר זיינע ווערטער. טראמפ האט זיך שארף אויסגעדרוקט קעגן דער דעמאקראטישער קאנדידאט, הילארי קלינטאן, און האט איר אנגערופן דורכאויס דעם קאמפיין "קרומע הילארי" (Crooked Hillary). ער האָט אויך גענוצט פארשעמענדע טערמינען קעגן זיינע קעגנער אינעם רעפובליקאנער פארמעסט, ווי "קליינע מארקא" (סענאטאר מאַרקאָ רוביאָ) און "טעד דער ליגנער" (סענאטאר טעד קרוז).


דעם 8טן אָקטאָבער 2016 ארויסגעליעקט אַ ווידעא פון ​​2005, אין וועלכן מען האָט געהערט טראמפ רעדט מיט דער זשורנאליסט בילי בוש אין א פראסטע שפראך. נאכן פארשפרייטונג פון די רעקארדירונג, האט טראמפ האט זיך אנטשולדיגט און געטענהט אז די ווערטער זענען "מאנטל צימער רעדן". טראץ די קריטיק און פארלעגנהייט אינעם רעפובליקאנער לאגער, האט טראמפ דערקלערט אז ער האט נישט קיין פלאן צו צוריקציען. שפעטער אין אקטאבער, זענען פארגעקומען פרעסע קאנפערענצן פון ארום 15 פרויען וועלכע האבן געטענהט אז טראמפ האט זיי געטשעפעט אין די לעצטע דרייסיג יאר. ער האט געלייקנט די באשולדיגונגען קעגן אים און געטענהט אז הילארי קלינטאן'ס קאמפיין שטאב, און מיטגלידער פון די מידיא און אנדערע האבן רעקרוטירט די פרויען כדי אים צושמירן אין דער גאס, און דערמאנט אז ענליכע באשולדיגונגען זענען אויך געמאכט געווארן קעגן פרעזידענט ביל קלינטאן, דער מאן פון זיין דעמאקראטישער קאנקורענט הילארי קלינטאן.
[[טעקע:ElectoralCollege2016.svg|קליין|רעזולטאַטן פון די פּרעזידענטליכע וואַלן, 2016.]]
אָקטאָבער 8, 2016 האט ארויסגעליעקט אַ ווידעא פון ​​2005, אין וועלכן מען האָט געהערט טראמפ רעדן מיט א פארוויילונגס זשורנאליסט אין א פראסטע שפראך, און אז "ווען דו ביזט א שטערן…קענסטו טון סיי וואס" מיט פרויען. כאטש טראמפ האט אוועקגעמאכט דעם שמועס אלס "לאַקער צימער רעדן", האבן ענדליך מער ווי צוויי טוץ פרויען גע'טענה'ט אז זיי זענען געטשעפעט און אַטאַקירט געווארן דורך טראמפ אין דער פאַרגאַנגענהייט (עטליכע פון די באשולדיגונגען זענען געמאכט געווארן נאכדעם וואס טראמפ איז געווארן פרעזידענט). דורכאויס די קאמפיין האבן טראמפ און זיינע לעגאלע פארטרעטערס בכלל געלייקנט די באשולדיגונגען און געזאגט אז אלע פרויען האבן ליגנט געזאגט; זיי האבן אויך אנגעמערקט אַז [[ביל קלינטאן]] איז פריער באשולדיגט געווארן מיט ענליכע טאהטן. טיילווייז צוליב דעם ווידיאו, איז טראמפשטיצע צווישן פרויען וויילער — שוין זייענדיג נידעריג — ווייטער פארגאנגען, און טייל רעפובליקאנער האבן אנגעהויבן צוריקציען זייערע ענדארסירונגען.


ביים פרעזידענטליכע וואלן וואס איז פארגעקומען דעם 8טן נאוועמבער 2016, האט טראמפ באקומען 46.1% פון די שטימען, 2.9 מיליאן שטימען ווייניגער ווי זיין קעגנער, אבער ער האט געוואונען אין 30 סטעיטס וועלכע האבן אים געגעבן 306 פון 538 שטומען פון די עלעקטארעל קאלעדזש (57%), און איז ערוויילט געווארן אלס דער 45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. דורכאויס דעם וואל קאמפיין האט קלינטאן געווען פאראויס אין די מערהייט פון אנקעטעס, און דערפאר איז טראמפ'ס זיג אויפגענומען געווארן דורך די מידיא און די מאסן אלס א חידוש. טראַמפּ איז דער פינפטער פרעזידענט עלעקטעד אָן באקומען אַ מערהייט פון די פאבליק שטימען (פאר אים זענען געווען דשאן קווינסי עדעמס, ראטערפארד העיס, בענדשזעמין העריסאן, און דזשארדזש וואקער בוש), און דער ערשטער פּרעזידענט אן פּאליטיש אָדער מיליטעריש ערפאַרונג פון פריער. ביי זיין איינשווערונג איז טראמפ געווען דער עלטסטער פרעזידענט אין דער צייט וואס מען האט אים אריינגעוועלט, זייענדיג 70 יאר און זיבן מאנאטן (די פריערדיגקע רעקארד איז פארנומען געווארן דורך ראנאלד רעאגאן, וועלכער איז געווען 69 אין די אנהייב פון זיין טערמין, טראפ'ס נאכפאלגער און הויפט קעגנער אין די וואלן, דזשאו ביידען האט צעבראכן זיין רעקארד און איז געוואן איינגעשוואוירן אין די עלטער פון 78). ער איז דער רייכסטער מענטש צו זיין פרעזידענט, מיט א פערזענליכע פארמעגן ווערט 4.5 ביליאן דאלאר (די פריערדיגע רעקארד איז פארהאלטן געווארן דורך דזשארזש וואשינגטאן).
ביי די אלגעמיינע וואלן וואס איז פארגעקומען נאוועמבער 8, 2016, האט טראמפ באקומען 46.1% פון די שטימען, 2.9 מיליאן שטימען ווייניגער ווי זיין קעגנער, אבער ער האט געוואונען אין 30 שטאַטן וועלכע האבן אים געגעבן 306 פון 538 [[עלעקטארעל קאלעדזש]] שטומען (57%), און איז ערוויילט געווארן אלס דער 45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. דורכאויס דעם וואל קאמפיין איז קלינטאן געווען פאראויס אין א מערהייט פון אנקעטעס, און דערפאר איז טראמפ'ס זיג אויפגענומען געווארן דורך די מידיא און די מאסן מיט איבערראשונג. טראמפּ איז דער פינפטער פרעזידענט ערוועלט אָן באקומען אַ מערהייט פון די פּאפּולערע שטימען (פאר אים זענען געווען [[דזשאן קווינסי עדעמס]], [[ראטערפארד בי העיז|ראטערפארד העיס]], [[בענדזשעמין העריסאן]], און דזשארדזש וואקער בוש), און דער ערשטער פּרעזידענט אן פּאליטישע אָדער מיליטערישע ערפאַרונג פון פריער. ביי זיין איינשווערונג איז טראמפ געווען דער עלטסטער פרעזידענט אין דער צייט פון אריינוועלונג, זייענדיג 70 און זיבן מאנאטן (די פריערדיגע רעקארד איז געהאלטן געווארן דורך [[ראנאלד רעיגען]], וועלכער איז געווען 69 אנהייב פון זיין טערמין. טראמפ'ס נאכפאלגער און הויפט קעגנער אין די 2020 וואלן, דזשאו ביידען האט געבראכן זיין רעקארד און איז געווארן איינגעשוואוירן אין עלטער פון 78). ער איז אויך געווען דער רייכסטער מענטש צו זיין פרעזידענט (די פריערדיגע רעקארד איז געהאלטן געווארן דורך [[דזשארזש וואשינגטאן]]).


==פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן (2017–2021)==
==פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן (2017–2021)==