אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי ברוך מרדכי אזרחי"
(אויסשטעל, אויסדרוק) |
ק ((diffedit)) |
||
שורה 46: | שורה 46: | ||
כ"ו אב תשע"ב איז ער אריינגענומען געווארן אלס מיטגליד אין [[מועצת גדולי התורה#מועצת גדולי התורה פון דגל התורה|מועצת גדולי התורה פון דגל התורה]], צוזאם מיט נאך אכט אנדערע. נאך די פטירה פון [[רבי גרשון עדלשטיין]] איז ער פאררעכנט געווארן אלס איינער פון די הויפט מנהיגים פון די ליטווישע ציבור{{הערה|{{JDN|יוסי שטארק|בצל היתמות: ההנהגה המשותפת בציבור הליטאי ו"אנשי הסוד" של גדולי ישראל|1973364}}}}. | כ"ו אב תשע"ב איז ער אריינגענומען געווארן אלס מיטגליד אין [[מועצת גדולי התורה#מועצת גדולי התורה פון דגל התורה|מועצת גדולי התורה פון דגל התורה]], צוזאם מיט נאך אכט אנדערע. נאך די פטירה פון [[רבי גרשון עדלשטיין]] איז ער פאררעכנט געווארן אלס איינער פון די הויפט מנהיגים פון די ליטווישע ציבור{{הערה|{{JDN|יוסי שטארק|בצל היתמות: ההנהגה המשותפת בציבור הליטאי ו"אנשי הסוד" של גדולי ישראל|1973364}}}}. | ||
נאך עטליכע יאר פון אפגעשוואכטע געזונט מיט ערגערע און בעסערע צייטן{{הערה|{{כיכר השבת|חנני ברייטקופף|נס רפואי: 'זקן המועצת' יצא מניתוח בעמוד השדרה; "מצב הנשימה השתפר פלאים"|yeshiva-world/rylosi|יולי 30, 2023}}}}, איז ער אוועק אום [[י"א חשון]] [[ה'תשפ"ד]] אין עלטער פון 94{{הערה|{{ערוץ7||בגיל 94: זקן חברי מועצת גדולי התורה הרב ברוך מרדכי אזרחי הלך לעולמו|618016|26 באוקטובר 2023}}}}. די [[לוויה]] איז פארגעקומען אויפצומארגנס צוליב זיין זונ'ס וויילן אין [[מעקסיקא]] ביים פטירה. צענדליגער טויזנטער האבן זיך באטייליגט{{הערה|{{בחדרי חרדים|משה ויסברג|וכבוד גדול עשו לו במותו: רבבות בהלוויית מרן הגרב"מ אזרחי זצ"ל|1610367|27 באוקטובר 2023}}}}, און עס האבן מספיד געווען [[רבי דוב לאנדא]] און [[רבי בערל פאווארסקי]], זיינע חברים פון ישיבת חברון, ווי אויך זיין ברודער רבי יצחק, זיין זון רבי בן ציון, און זיינע איידעמער. צוליב דעם דעמאלטסדיגן [[2023 מדינת ישראל–חאמאס קריג|קריגס צושטאנד]] אין ארץ ישראל זענען די מאסן נאר געווען ביי די הספדים, און אים נישט ארויסבאגלייט צום בית הקברות{{הערה|{{כיכר השבת|חזקי שטרן|מבית וגן להר הזיתים: רבבות תלמידים בהלווית הגרב"מ אזרחי|yeshiva-world/s36kfb|27 באוקטובר 2023}}}}. ער איז באערדיגט געווארן אין [[הר הזיתים]], אין חלקת ישיבת חברון | נאך עטליכע יאר פון אפגעשוואכטע געזונט מיט ערגערע און בעסערע צייטן{{הערה|{{כיכר השבת|חנני ברייטקופף|נס רפואי: 'זקן המועצת' יצא מניתוח בעמוד השדרה; "מצב הנשימה השתפר פלאים"|yeshiva-world/rylosi|יולי 30, 2023}}}}, איז ער אוועק אום [[י"א חשון]] [[ה'תשפ"ד]] אין עלטער פון 94{{הערה|{{ערוץ7||בגיל 94: זקן חברי מועצת גדולי התורה הרב ברוך מרדכי אזרחי הלך לעולמו|618016|26 באוקטובר 2023}}}}. די [[לוויה]] איז פארגעקומען אויפצומארגנס צוליב זיין זונ'ס וויילן אין [[מעקסיקא]] ביים פטירה. צענדליגער טויזנטער האבן זיך באטייליגט{{הערה|{{בחדרי חרדים|משה ויסברג|וכבוד גדול עשו לו במותו: רבבות בהלוויית מרן הגרב"מ אזרחי זצ"ל|1610367|27 באוקטובר 2023}}}}, און עס האבן מספיד געווען [[רבי דוב לאנדא]] און [[רבי בערל פאווארסקי]], זיינע חברים פון ישיבת חברון, ווי אויך זיין ברודער רבי יצחק, זיין זון רבי בן ציון, און זיינע איידעמער. צוליב דעם דעמאלטסדיגן [[2023 מדינת ישראל–חאמאס קריג|קריגס צושטאנד]] אין ארץ ישראל זענען די מאסן נאר געווען ביי די הספדים, און אים נישט ארויסבאגלייט צום בית הקברות{{הערה|{{כיכר השבת|חזקי שטרן|מבית וגן להר הזיתים: רבבות תלמידים בהלווית הגרב"מ אזרחי|yeshiva-world/s36kfb|27 באוקטובר 2023}}}}. ער איז באערדיגט געווארן אין [[הר הזיתים]], אין חלקת ישיבת חברון. | ||
== תלמידים == | == תלמידים == | ||
[[טעקע:הרב ברוך מרדכי אזרחי.JPG|קליין|ביים לערנען, אונטער א בילד פון רבי מאיר חדש]] | [[טעקע:הרב ברוך מרדכי אזרחי.JPG|קליין|ביים לערנען, אונטער א בילד פון רבי מאיר חדש]] | ||
צווישן | צווישן זיינע תלמידים ציילן זיך: | ||
* [[רבי דוד כהן]] – ראש ישיבה פון [[ישיבת חברון|חברונ'ער ישיבה]] | * [[רבי דוד כהן]] – ראש ישיבה פון [[ישיבת חברון|חברונ'ער ישיבה]] | ||
* הרב [[יצחק חיים פרץ]] – [[רב]] פון [[רעננה]] | * הרב [[יצחק חיים פרץ]] – [[רב]] פון [[רעננה]] |
רעוויזיע פון 00:01, 22 נאוועמבער 2023
רבי ברוך מרדכי אזרחי אין תשע"ט | |
געבורט |
יאנואר 1 1929 י"ט טבת ה'תרפ"ט ירושלים, בריטישער מאנדאט ארץ ישראל |
---|---|
פטירה |
אקטאבער 26 2023 (אלט: 94) י"א חשון ה'תשפ"ד הדסה עין כרם שפיטאל, ירושלים |
כינוי | זקן ראשי הישיבות |
מקום קבורה | הר הזיתים, ירושלים |
טעטיגקייט אָרט | ארץ ישראל |
השתייכות | ליטוואקעס |
תחומי עיסוק | ראש ישיבה |
תפקידים נוספים | מיטגליד פון מועצת גדולי התורה פון דגל התורה |
רבי'ס | רבי מאיר חדש, רבי משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק |
בני דורו | רבי חיים קאניעווסקי, רבי גרשון עדלשטיין, רבי דוב לאנדא |
ספרים | ברכת מרדכי אויף תורה, ש"ס און ימים טובים |
ווייב | שולמית אזרחי |
קינדער | רבי בן ציון אזרחי |
חותנים | רבי מאיר חדש |
רבי ברוך מרדכי אזרחי (י"ט טבת ה'תרפ"ט, יאנואר 1 1929 - י"א חשון ה'תשפ"ד, אקטאבער 26 2023) איז געווען דער ראש ישיבת עטרת ישראל אין מודיעין עילית, פון די מנהיגים פון ליטווישן ציבור, א מיטגליד אין מועצת גדולי התורה פון דגל התורה און אין די נשיאות פון ועד הישיבות און פון מפעל הש"ס.
ביאגראפיע
רבי ברוך מרדכי איז געבוירן געווארן אין ביקור חולים שפיטאל אין ירושלים צו רבי ישראל אזרחי (געטוישט פון "בירגער"), תלמיד פון סלאבאדקער ישיבה, און הינדא מלכה, טאכטער פון רבי ברוך שלאָם וועלכער האט געדינט אלס רב אין דרום אפריקע[1]. די משפחה האט געוואוינט אין א הויז האַרט נעבן דעם הויז פון רבי יוסף שלום אלישיב[2].
אלס קינד האט ער געלערנט אין תלמוד תורה יבנה און אין ישיבת תפארת צבי. בעפאר די בר מצוה איז ער אריין לערנען אין ישיבת חברון, וואו ער איז נאנט געווארן מיט רבי יצחק אייזיק שעהר און צו די ראשי ישיבות פון חברון, רבי אהרן כהן און רבי משה חברוני מיט וועמען ער האט געלערנט בחברותא.
אין חברון ישיבה איז ער אויך נתקרב געווארן צו רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק און זיך באטייליגט ביי זיינע שיעורים, און לויט זיין בקשה האט רבי ברוך מרדכי געלערנט אין סדר קדשים בחברותא מיט זיין זון רבי משולם דוד סאלאווייטשיק, און זיך אויך באטייליגט ביי חבורות וואס רבי משולם דוד האט געגעבן. רבי ברוך מרדכי האט אנגעהאלטן א נאנטן ידידות מיט רבי משולם דוד אלע יארן, אנרופנדיג אים "מורי ורבי", און פלעגט אים גיין באזוכן דורכאויס פופציג יאר יעדן יום טוב[3].
רבי ברוך מרדכי איז אויך געווארן זייער מקורב מיט'ן משגיח פון ישיבת חברון, רבי מאיר חדש, און אין עלטער פון 24 יאר האט ער געהייראט זיין טאכטער שולמית. א קורצע צייט נאך זיין חתונה האט ער אנגעהויבן איבערגעבן שיעורים אין ישיבה. אין פאראלעל, האט ער דורכאויס צוועלף יאר איבערגעגעבן א וועכנטליכע שיעור פאר די עלטערע בחורים אין ישיבת כנסת חזקיהו אין כפר חסידים.
אין יאר תשכ"ד האט ער אוועקגעשטעלט די תנועת בני תורה אסאָסיאַציע, מיטן ציל צו דערנענטערן תלמידים פון תיכון ישיבות און זיי אריינברענגען אין חרדישע ישיבות און אין חרדישן ציבור. צווישן אנדערע איז אויפגעשטעלט געווארן דער "מחנה בני תורה", א זומער קעמפ וואס ברענגט צוזאמען תלמידים פון ביידע סארטן ישיבות, און אנדערע אקטיוויטעטן[4].
באלד נאך זיין טאטן'ס פטירה, אין יאר ה'תשל"ו, האט ער פארלאזט ישיבת חברון און געגרינדעט ישיבת עטרת ישראל, אויפן נאמען פון זיין טאטן, אין די בית וגן געגנט אין ירושלים. זיין שווער, רבי מאיר חדש, האט געדינט אלס משגיח אויך אין די נייע ישיבה, און זיין ברודער רבי אורי דוד אזרחי האט געדינט אלס מנהל. אין תשע"ט האט ער אריבערגעפירט די ישיבה צום קרית ספר געגנט אין מודיעין עילית.
רבי ברוך מרדכי האט זיך געפירט צו געבן וועכנטליכע שיעורים אין סדר קדשים, ווי אויך פלעגט ער געבן א "חבורה" יעדן פרייטאג צונאכטס, א מעמד וואס איז בארימט געווארן און האט געצויגן אסאך צוהערער. אין חודש אלול האט ער אויך געגעבן א ספעציעלן מוסר שמועס.
רבי ברוך מרדכי איז געווען באקאנט פאר זיין רעדנערישע טאלאנט און אייגנארטיגע הומאר[5]. זיין צוגאנג אין חינוך איז געווען מיט די שיטה פון גדלות האדם פון סלאבאדקע.
כ"ו אב תשע"ב איז ער אריינגענומען געווארן אלס מיטגליד אין מועצת גדולי התורה פון דגל התורה, צוזאם מיט נאך אכט אנדערע. נאך די פטירה פון רבי גרשון עדלשטיין איז ער פאררעכנט געווארן אלס איינער פון די הויפט מנהיגים פון די ליטווישע ציבור[6].
נאך עטליכע יאר פון אפגעשוואכטע געזונט מיט ערגערע און בעסערע צייטן[7], איז ער אוועק אום י"א חשון ה'תשפ"ד אין עלטער פון 94[8]. די לוויה איז פארגעקומען אויפצומארגנס צוליב זיין זונ'ס וויילן אין מעקסיקא ביים פטירה. צענדליגער טויזנטער האבן זיך באטייליגט[9], און עס האבן מספיד געווען רבי דוב לאנדא און רבי בערל פאווארסקי, זיינע חברים פון ישיבת חברון, ווי אויך זיין ברודער רבי יצחק, זיין זון רבי בן ציון, און זיינע איידעמער. צוליב דעם דעמאלטסדיגן קריגס צושטאנד אין ארץ ישראל זענען די מאסן נאר געווען ביי די הספדים, און אים נישט ארויסבאגלייט צום בית הקברות[10]. ער איז באערדיגט געווארן אין הר הזיתים, אין חלקת ישיבת חברון.
תלמידים
צווישן זיינע תלמידים ציילן זיך:
- רבי דוד כהן – ראש ישיבה פון חברונ'ער ישיבה
- הרב יצחק חיים פרץ – רב פון רעננה
- הרב יהודה דרעי – רב פון באר שבע
- רבי יוסף חברוני – אייניקל פון רבי משה חברוני און ראש ישיבה אין חברונ'ער ישיבה
משפחה
זיין ווייב, שולמית מחלה (חדש; נפטר געווארן ג' טבת ה'תשפ"ג) איז געווען א שרייבערין, און האט צווישן אנדערע אויך געשריבן דעם בוך 'המשגיח - הגביע שעלה על גדותיו' איבער איר פאטער, און 'זה האיש' איבער דער חפץ חיים, און 'אָשִירָה' - א ביאגראפיע פון דאס לעבן פון איר און איר מאן[11].
דאס פארפאלק האט געהאט איין זון און פיר טעכטער:
- זיין זון הרב בן ציון, וואס האט איבער גענומען זיין פלאץ אלס הויפט פון ישיבה.
- זיין איידעם חתנו הרב יהושע קאנאל, משגיח אין ישיבת עטרת ישראל לצעירים.
- זיין איידעם הרב ישעיהו הדר גלאזמן, מגיד שיעור אין ישיבה גדולה עטרת ישראל.
- זיין איידעם הרב אהרון וויינער, רב פון קרית היובל געגנט אין ירושלים.
- זיין איידעם הרב אריאל ווילאנסקי, ראש ישיבת אש התלמוד אין הר נוף געגנט אין ירושלים.
זיין ברודער הרב יצחק אזרחי איז פון ראשי הישיבה אין מירער ישיבה. זיין שוועסטער, יוכבד, איז געווען פארהייראט צו רבי שמואל דיקמאן, וועלכער איז געווען אן אב בית דין אין חיפה.
זיינע ספרים
פון רבי ברוך מרדכי'ס שיעורים און שמועסן זענען ארויסגעקומען א סעריע ספרים "ברכת מרדכי", צווישן זיי:
- מוסר שמועסן און חידושי תורה אויפ'ן סדר התורה: בראשית, שמות, ויקרא, במדבר, דברים, ויקרא במדבר דברים און מועדי ה' - ב, און אויף מועדים און תקופות פון יאר,
- אויף מסכתות הש"ס: ברכות, זרעים, שבת, עירובין; פסחים, שקלים; ראש השנה, יומא, סוכה, מגילה; יבמות; כתובות; גיטין; בבא קמא; בבא מציעא; בבא בתרא
- אויף מועדים: פסחים, ביצה, ראש־השנה, סוכה, מגילה; הגדה של פסח; פסח וספירת העומר; שבועות ומתן תורה; בין המצרים; ירח האיתנים; אלול וימים נוראים; סוכות ושמחת תורה; חנוכה; פורים וד' פרשיות; פורים
- חידושים וביאורים אין הלכה: אורח חיים
- אויף סוגיות הש"ס און אויף קבא דקושייתא, ירושלים, תשנ"ז
- ענטפערס אויף די שאלות אין "משמרת חיים" פון רבי חיים פנחס שיינבערג, וועלכע זענען געשטעלט זיך אויסצולערנען טראכטן אויף לומד'ישע וועג
אויך האט רבי ברוך מרדכי געשריבן א ספר "והגית" אויף די וועג זיך צו פארטיפן אין תורה (חלק א', חלק ב')
יחוס בוים
רבי נפתלי מנחם הוטנער | קריינע הוטנער | רבי משה מרדכי אפשטיין ראש ישיבת חברון | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
רבי דוד חדש ר"מ בישיבת הישוב | רבי מאיר חדש משגיח ישיבת חברון | צביה חדש | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
רבי אהרן חדש משגיח ישיבת מיר | רבי משה מרדכי חדש ראש ישיבת אור אלחנן | הרב נפתלי חדש משגיח ישיבת אור אלחנן | הרב יוסף חדש | שולמית אזרחי | רבי ברוך מרדכי אזרחי ראש ישיבת עטרת ישראל | ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
רבי אפרים חדש משגיח אין ישיבת מיר | רבי חיים אריה חדש ראש ישיבת אור אלחנן | ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
דרויסנדע לינקס
- "ברוך דיין האמת! הגאון זקן ראשי ישיבות רבי ברוך מרדכי אזרחי זצוק״ל - י”א חשון תשפ”ד", אשכול אויף אייוועלט
- מרן רבי ברוך מרדכי אזרחי זצ"ל, אשכול אויף פורום אוצר החכמה
- ישראל אוחיון, מיוחד: יובל ל'בני תורה' • "הרב אזרחי" אויף קול חי זייטל
- הגרב"מ אזרחי: "גם 'זום' לטובה" • צפו, אויף המחדש, נאוועמבער 19, 2020
- ברוך מרדכי בן ישראל אזרחי (1929-), אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
- על ידידות של למעלה משבעים שנה עם הגרב"מ אזרחי זצ"ל - מאת המרצה הרב מאיר צבי גרוזמן שליט"א בערוץ naftali gruzman אויף יוטיוב (לענג: 56:46)
רעפערענצן
- ↑ אן אייניקל פון רבי אורי דוד אפריון, רב פון זאגער און מחבר פון "אפריון דוד"
- ↑ סג"ל, י., השקדן ב - הליכות חיים, ירושלים, תשע"א, עמ' 276
- ↑ יעקב מלמד, "הקבלת פני רבו": הגרב"מ אזרחי בביקור חג אצל ראש ישיבת בריסק • צפו, אויף JDN, אקטאבער 17, 2019 (העברעאיש)
- ↑ מחנה בני תורה, אויף כיכר השבת
- ↑ מילתא דבדיחותא במשנת הגרב"מ אזרחי מפיו ומפי השמועה, אויף פורום לתורה
- ↑ יוסי שטארק, בצל היתמות: ההנהגה המשותפת בציבור הליטאי ו"אנשי הסוד" של גדולי ישראל, אויף JDN (העברעאיש)
- ↑ חנני ברייטקופף, נס רפואי: 'זקן המועצת' יצא מניתוח בעמוד השדרה; "מצב הנשימה השתפר פלאים", אויף כיכר השבת, יולי 30, 2023
- ↑ בגיל 94: זקן חברי מועצת גדולי התורה הרב ברוך מרדכי אזרחי הלך לעולמו, אויף ערוץ 7, 26 באוקטובר 2023
- ↑ משה ויסברג, וכבוד גדול עשו לו במותו: רבבות בהלוויית מרן הגרב"מ אזרחי זצ"ל, אויף בחדרי חרדים, 27 באוקטובר 2023
- ↑ חזקי שטרן, מבית וגן להר הזיתים: רבבות תלמידים בהלווית הגרב"מ אזרחי, אויף כיכר השבת, 27 באוקטובר 2023
- ↑ אשירה-קולמוס הוצאה לאור.
רבני ישיבת חברון כנסת ישראל | ||
---|---|---|
ראשי הישיבה בהווה | רבי דוד כהן • הרב שלמה כץ • הרב משה מרדכי פרבשטין • הרב יוסף חברוני | |
משגיחים בהווה | הרב חיים יצחק קפלן | |
ראשי ישיבה שנפטרו | רבי משה מרדכי אפשטיין • רבי יחזקאל סרנא • רבי משה חברוני • רבי אהרן כהן • רבי שמחה זיסל ברוידא • רבי אברהם פרבשטין | |
משגיחים שנפטרו | רבי נתן צבי פינקל (הסבא מסלבודקא) • רבי יהודה לייב חאסמאן • רבי אברהם נח פאלי • רבי מאיר חדש • רבי צבי הירש פאלי • רבי אברהם סלומון | |
רבנים בולטים בישיבה שנפטרו | רבי אהרן יפה'ן • רבי משה פינקל • רבי נחמן טוקר | |
רבנים שעזבו | רבי ברוך מרדכי אזרחי • רבי הלל זקס • רבי חיים סרנא • רבי רפאל שמואלביץ • הרב שלמה פאליי |
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער