אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אמהות"
ק (←אין די תורה און מדרשים: טעות סופר) |
(פארברייטערט (המשך)) צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
שורה 12: | שורה 12: | ||
==אין די תורה און מדרשים== | ==אין די תורה און מדרשים== | ||
דער נאמען שרה/שרי ווערט דערמאנט 55 מאל אין די תורה, נאכגעפאלגט מיט רחל (47), לאה (34), און רבקה (30){{הערה|אברהם אבן שושן, '''קונקורדנציה חדשה'''}}. דאקעגן, לעבנס געשיכטע דאס מערסטע דעטאלירט און די מערסטע פסוקים באציען זיך דירעקט צו איר (50), נאכגעפאלגט מיט רחל (46), לאה (28), און שרה (16){{הערה|אבינועם ספיר, '''מה מסתיר התנ"ך''', הוצאת ידיעות אחרונות, 2017, עמ' 98}}. | |||
אין די תורה שטייט אז שרה, רבקה און לאה זענען באגראבן געווארן נעבן זייערע מענער אין [[מערת המכפלה]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מט|לא}}}}, אבער רחל איז באערדיגט געווארן אליין אין [[קבר רחל]] וואס איז אין [[בית לחם]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לה|יט|כא}}}}. בלהה און זלפה זענען לויט טייל מקורות באערדיגט געווארן אין [[טבריה]] אין [[קבר האמהות]] {{הערה|אברהם מנחם מענדל מאהר, '''מבשרת ציון''', עמוד 40, בשם יש אומרים}}. | איבער די דריי שפעטערע אמהות ווערט דערמאנט אין די תורה וועמענס טעכטער זיי זענען געווען, מיט רבקה זייענדיג די איינציגסטע וואס איר געבורט ווערט דערמאנט אין די תורה{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כב|כג}}}}. שרה'ס אפשטאם שטייט נישט ארויס, אבער אברהם האט זיך פארענטפערט פאר [[אבימלך מלך גרר|אבימלך]] אז זי איז זיין "שוועסטער" פון טאטע'ס זייט{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כ|יב|אן=ספר}}}}. חז"ל ערקלערן אז זי איז געווען א טאכטער פון [[הרן]] דער זון פון [[תרח]]{{הערה|{{בבלי|מגילה|יד|א}}}}; לויט דעם זענען אלע אמהות געווען פון די זעלבע משפחה, און זיי זענען אלע געברענגט געווארן פון חוץ לארץ קיין ארץ ישראל. | ||
דריי פון די פיר אמהות – שרה, רבקה און רחל – ווערן באצייכנט אין די תורה מיט זייער שיינקייט{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|יב|יא|אן=ספר}}; {{תנ"ך|בראשית|כד|טז|אן=ספר}}; {{תנ"ך|בראשית|כט|יז|אן=ספר}}.}}. אויף לאה שטייט אז אירע אויגן זענען געווען "רכות"{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כט|יז|אן=ספר}}}}, וואס ווערט פארשידענארטיג אפגעטייטשט דורך די מפרשים{{הערה|[[אונקלוס]], [[רב סעדיה גאון]], רבי יוסף קרא, רבינו מיוחס און [[רבי יעקב בן אשר|פירוש הטור]] אויף {{תנ"ך|בראשית|כט|יז|אן=ספר}} טייטשן עס אלס אויסדרוק פון שיינקייט. דער רשב"ם און דעת זקנים, דארט, לייגן צו אז אירע שיינע אויגן האבן באשיינט איר גאנצן געזיכט (ווי {{בבלי|תענית|כד|א}}). [[רבי אברהם אבן עזרא]], [[רש"י]] און [[רד"ק]], דארט, טייטשן עס מיטן פארקערטן באדייט.}}. | |||
דריי פון די פיר אמהות – שרה, רבקה און רחל – זענען געהאלפן געווארן מיט קינדער נאר נאך אסאך [[עקרה|קינדערלאזע]] יארן. אין מדרש שטייט אז אויך לאה איז געווען אן עקרה פון איר נאטור, נאר א נס איז געשען און זי איז גלייך פארהיילט געווארן{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כט|לא|מפרש=מדרש שכל טוב}}; פסיקתא דרב כהנא פסקה כ' רני עקרה.}}. עס זענען פארהאן אסאך ערקלערונגען אין [[מדרש]] און אין [[מחשבת ישראל]] אויף די ערשיינונג פון קינדערלאזיגקייט ביי די אמהות{{הערה|1=צבי הבר, [http://www.ybm.org.il/hebrew/LessonArticle.aspx?item=2897 מפני מה היו אבותינו עקרים], אין וועבזייטל [[ישיבת ברכת משה]]{{ש}} [[אברהם קורמאן]], [http://www.katif.net/art.php?table=jew1&id=744 עקרות האמהות], אין וועבזייטל קטיף.נט{{ש}} יאירה אמית, [https://web.archive.org/web/20150423202712/http://mikragesher.org.il/titles/bereshit/svivatcheker/haashara/Perek17Pasuk0Dibur02.htm ולמה נתעקרו האמהות?], אין וועבזייטל מקרא גשר.}}. דאס וויכטיגקייט פון די אמהות און זייער ראלע אין דאס געבורט פון זייערע קינדער איז אין קאנטראסט צו די רעלאטיווע אפוועזנהייט פון די מוטער אין אנדערע געבורט-טעקסטן פון אלט מיטל-מזרח{{הערה|Finlay, Timothy D. '''The Birth Report Genre in the Hebrew Bible''', 41-42|כיוון=שמאל}}. | |||
אין די תורה שטייט אז שרה, רבקה און לאה זענען באגראבן געווארן נעבן זייערע מענער אין [[מערת המכפלה]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מט|לא}}}}, אבער רחל איז באערדיגט געווארן אליין אין [[קבר רחל]] וואס איז אין [[בית לחם]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לה|יט|כא}}}}. בלהה און זלפה זענען לויט טייל מקורות באערדיגט געווארן אין [[טבריה]] אין [[קבר האמהות]]{{הערה|אברהם מנחם מענדל מאהר, '''מבשרת ציון''', עמוד 40, בשם יש אומרים}}. | |||
[[חז"ל]]{{הערה|{{ילקוט שמעוני|בראשית|קל}}}} זאגן אז די אמהות זענען געווען [[נביא]]ות. [[רבי חנינא בן פזי]] לערנט דאס פון דעם וואס רחל האט געבעטן {{ציטוטון|יֹסֵף ה' לִי בֵּן אַחֵר|{{תנ"ך|בראשית|ל|כד}}}}. פון דעם וואס זי האט נישט געבעטן "נאך קינדער", ווייזט אויס אז זי האט געוואוסט אז יעקב גייט געבוירן נאר נאך איין זון, און זי האט מתפלל געווען אז דער זון זאל ארויסקומען פון איר{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|עב|ו}}}}. | [[חז"ל]]{{הערה|{{ילקוט שמעוני|בראשית|קל}}}} זאגן אז די אמהות זענען געווען [[נביא]]ות. [[רבי חנינא בן פזי]] לערנט דאס פון דעם וואס רחל האט געבעטן {{ציטוטון|יֹסֵף ה' לִי בֵּן אַחֵר|{{תנ"ך|בראשית|ל|כד}}}}. פון דעם וואס זי האט נישט געבעטן "נאך קינדער", ווייזט אויס אז זי האט געוואוסט אז יעקב גייט געבוירן נאר נאך איין זון, און זי האט מתפלל געווען אז דער זון זאל ארויסקומען פון איר{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|עב|ו}}}}. |
רעוויזיע פון 13:01, 21 נאוועמבער 2023
די ארבע אמהות ("פיר מוטערס") זענען די פיר מאטריארכן פון דאס אידישן פאלק, די ווייבער פון די אבות: שרה די ווייב פון אברהם, רבקה די ווייב פון יצחק, און רחל און לאה די ווייבער פון יעקב. אין צוגאב צו זיי זענען אויך פארהאן די צוויי דינסטן, בלהה און זלפה, וועלכע האבן אויך געבוירן טייל פון די שבטים.
עס איז איינגעפירט צו צולייגן דעם צונאמען "אמנו" ("די מאמע") צו די נעמען פון די פיר אמהות: "שרה אמנו", "רבקה אמנו", "לאה אמנו", און "רחל אמנו" וואס איז אויך באקאנט אלס "די מאמע רחל".
מקור און צאל
דער מקור צום צונאמען און צאל פון די אמהות שטאמט פון די גמרא: "אין קורין לאבות אבינו אלא שלושה, ולא לאימהות אימנו אלא לארבע האמהות"[1]. די גמרא שטעלט קלאר אז טראץ וואס רחל און לאה זענען נישט די ביאלאגישע מאמעס פונעם גאנצן פאלק, נאר יעדע איינע איז די מוטער פון געוויסע שבטים, דאך ווערן זיי גערעכנט ווי מאמעס פון גאנצן פאלק צוליב זייער חשיבות[2]. דאס שטארצט באזונדער ארויס מיטן פאקט אז בלהה און זלפה ווערן נישט אריינגערעכנט צווישן די אמהות, כאטש פון זיי זענען אויך ארויס אייניגע שבטים, און דאס איז וויבאלד זיי זענען געווען דינסטן.
טראץ דעם, טרעפט מען אז חז"ל נעמען אן אין געוויסע פלעצער אז עס זענען פארהאן זעקס אמהות, אריינרעכענענדיג בלהה און זלפה צווישן זיי[3].
אין די תורה און מדרשים
דער נאמען שרה/שרי ווערט דערמאנט 55 מאל אין די תורה, נאכגעפאלגט מיט רחל (47), לאה (34), און רבקה (30)[4]. דאקעגן, לעבנס געשיכטע דאס מערסטע דעטאלירט און די מערסטע פסוקים באציען זיך דירעקט צו איר (50), נאכגעפאלגט מיט רחל (46), לאה (28), און שרה (16)[5].
איבער די דריי שפעטערע אמהות ווערט דערמאנט אין די תורה וועמענס טעכטער זיי זענען געווען, מיט רבקה זייענדיג די איינציגסטע וואס איר געבורט ווערט דערמאנט אין די תורה[6]. שרה'ס אפשטאם שטייט נישט ארויס, אבער אברהם האט זיך פארענטפערט פאר אבימלך אז זי איז זיין "שוועסטער" פון טאטע'ס זייט[7]. חז"ל ערקלערן אז זי איז געווען א טאכטער פון הרן דער זון פון תרח[8]; לויט דעם זענען אלע אמהות געווען פון די זעלבע משפחה, און זיי זענען אלע געברענגט געווארן פון חוץ לארץ קיין ארץ ישראל.
דריי פון די פיר אמהות – שרה, רבקה און רחל – ווערן באצייכנט אין די תורה מיט זייער שיינקייט[9]. אויף לאה שטייט אז אירע אויגן זענען געווען "רכות"[10], וואס ווערט פארשידענארטיג אפגעטייטשט דורך די מפרשים[11].
דריי פון די פיר אמהות – שרה, רבקה און רחל – זענען געהאלפן געווארן מיט קינדער נאר נאך אסאך קינדערלאזע יארן. אין מדרש שטייט אז אויך לאה איז געווען אן עקרה פון איר נאטור, נאר א נס איז געשען און זי איז גלייך פארהיילט געווארן[12]. עס זענען פארהאן אסאך ערקלערונגען אין מדרש און אין מחשבת ישראל אויף די ערשיינונג פון קינדערלאזיגקייט ביי די אמהות[13]. דאס וויכטיגקייט פון די אמהות און זייער ראלע אין דאס געבורט פון זייערע קינדער איז אין קאנטראסט צו די רעלאטיווע אפוועזנהייט פון די מוטער אין אנדערע געבורט-טעקסטן פון אלט מיטל-מזרח[14].
אין די תורה שטייט אז שרה, רבקה און לאה זענען באגראבן געווארן נעבן זייערע מענער אין מערת המכפלה[15], אבער רחל איז באערדיגט געווארן אליין אין קבר רחל וואס איז אין בית לחם[16]. בלהה און זלפה זענען לויט טייל מקורות באערדיגט געווארן אין טבריה אין קבר האמהות[17].
חז"ל[18] זאגן אז די אמהות זענען געווען נביאות. רבי חנינא בן פזי לערנט דאס פון דעם וואס רחל האט געבעטן ”יֹסֵף ה' לִי בֵּן אַחֵר” (בראשית ל, כד). פון דעם וואס זי האט נישט געבעטן "נאך קינדער", ווייזט אויס אז זי האט געוואוסט אז יעקב גייט געבוירן נאר נאך איין זון, און זי האט מתפלל געווען אז דער זון זאל ארויסקומען פון איר[19].
זעט אויך
צו ליינען מער
- WOOLSTENHULME, KATIE,JAYNE, The Role and Status of the Biblical Matriarchs in Genesis Rabbah, Durham theses, Durham University, 2017
רעפערענצן
- ↑ מסכת שמחות, פרק א', הלכה י"ד
- ↑ ברכות טז, ב
- ↑ ווי אין שיר השירים רבה, פרשה ו': ”שש עגלות צב... ו' כנגד ו' אמהות- שרה רבקה רחל לאה זלפה בלהה”. ענליך דערצו אין אסתר רבה, פרשה א', פסקה י"ב.
- ↑ אברהם אבן שושן, קונקורדנציה חדשה
- ↑ אבינועם ספיר, מה מסתיר התנ"ך, הוצאת ידיעות אחרונות, 2017, עמ' 98
- ↑ בראשית כב, כג
- ↑ כ, יב
- ↑ מגילה יד, א
- ↑ יב, יא; כד, טז; כט, יז.
- ↑ כט, יז
- ↑ אונקלוס, רב סעדיה גאון, רבי יוסף קרא, רבינו מיוחס און פירוש הטור אויף כט, יז טייטשן עס אלס אויסדרוק פון שיינקייט. דער רשב"ם און דעת זקנים, דארט, לייגן צו אז אירע שיינע אויגן האבן באשיינט איר גאנצן געזיכט (ווי תענית כד, א). רבי אברהם אבן עזרא, רש"י און רד"ק, דארט, טייטשן עס מיטן פארקערטן באדייט.
- ↑ מדרש שכל טוב, בראשית כט, לא; פסיקתא דרב כהנא פסקה כ' רני עקרה.
- ↑ צבי הבר, מפני מה היו אבותינו עקרים, אין וועבזייטל ישיבת ברכת משה
אברהם קורמאן, עקרות האמהות, אין וועבזייטל קטיף.נט
יאירה אמית, ולמה נתעקרו האמהות?, אין וועבזייטל מקרא גשר. - ↑ Finlay, Timothy D. The Birth Report Genre in the Hebrew Bible, 41-42
- ↑ בראשית מט, לא
- ↑ בראשית לה, יט–כא
- ↑ אברהם מנחם מענדל מאהר, מבשרת ציון, עמוד 40, בשם יש אומרים
- ↑ ילקוט שמעוני, בראשית, רמז ק"ל
- ↑ בראשית רבה, פרשה ע"ב, פסקה ו'