אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זונטאג"
ק (החלפת טקסט – "({{היברובוקס|{{אוצר החכמה\|)(.*?)עמוד=(.*?)}}" ב־"$1$2page=$3}}") |
|||
(9 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|ערשטער טאג פון וואך, צווישן שבת און מאנטאג}} | |||
'''זונטאג''' איז דער ערשטער [[טאג]] אין [[וואך]], ציילנדיג צו [[שבת]]. | '''זונטאג''' איז דער ערשטער [[טאג]] אין [[וואך]], ציילנדיג צו [[שבת]]. | ||
שורה 30: | שורה 31: | ||
לויט טייל שיטות טאר מען נישט פראווען א [[חתונה]] אין זונטאג, ווייל די הכנות קענען ברענגען צו חילול שבת{{הערה|{{רמב"ם|אישות|י|יד}}}}, אדער צוליב [[חוקות הגויים]]{{הערה|תשובות הרמ"א, סימן קכ"ה}}. אנדערע האבן נישט מקפיד געווען דערויף{{הערה|זעט: פרדס אליעזר אויף אירוסין ונישואין, חלק שני פרק י', וואו עס ווערט געברענגט פון עטליכע צדיקים וועלכע האבן חתונה געמאכט זונטאג. פון [[רבי יואל טייטלבוים]] זאגט מען נאך, אז די שענסטע הכנה צו א חתונה איז דער שבת (הבית בהבנותו, עמוד קמ"ז).}}. | לויט טייל שיטות טאר מען נישט פראווען א [[חתונה]] אין זונטאג, ווייל די הכנות קענען ברענגען צו חילול שבת{{הערה|{{רמב"ם|אישות|י|יד}}}}, אדער צוליב [[חוקות הגויים]]{{הערה|תשובות הרמ"א, סימן קכ"ה}}. אנדערע האבן נישט מקפיד געווען דערויף{{הערה|זעט: פרדס אליעזר אויף אירוסין ונישואין, חלק שני פרק י', וואו עס ווערט געברענגט פון עטליכע צדיקים וועלכע האבן חתונה געמאכט זונטאג. פון [[רבי יואל טייטלבוים]] זאגט מען נאך, אז די שענסטע הכנה צו א חתונה איז דער שבת (הבית בהבנותו, עמוד קמ"ז).}}. | ||
לויט א שמועה אין נאמען פון [[בעלזא|בעלזער רביים]] האבן זיי נישט געלאזט מאכן | לויט א שמועה אין נאמען פון [[בעלזא|בעלזער רביים]] האבן זיי נישט געלאזט מאכן קיין [[ברית מילה|ברית]] {{מונחון|שלא בזמנה|נישט אינעם אכטן טאג}} אין זונטאג, ווייל אין דעם טאג איז דער קערפער אפגעשוואכט{{הערה|לויט {{בבלי|תענית|כז|ב}}}} און עס קען זיין א סכנה{{הערה|{{היברובוקס|2=גבעת הלבונה|3=57990|page=205|4=סימן נ"ה אות ז'}}}}, אבער אנדערע לייקענען אפ די שמועה{{הערה|{{היברובוקס|2=חשב האפוד|3=912|page=223|4=חלק שלישי סימן מ"ז}}}}. [[רבי יעקב יוסף טווערסקי]] האט איינגעפירט אין [[סקווירא (חסידות)|סקווירא]] נישט צו מאכן קיין ברית שלא בזמנה אום זונטאג, כדי מ'זאל נישט צוקומען אפצושטופן ברית'ן לכתחילה אויף זונטאג - א טאג ווען פילע ארבעטן נישט{{הערה|נתיבות קודש, חג הפסח, דף רנ"ט}}. | ||
טייל האבן זיך געפירט צו עסן די סעודת [[מלוה מלכה]] אום זונטאג{{הערה|[[רבי חיים האלבערשטאם]] און אנדערע צדיקים, געברענגט אין אוצר החיים עמוד ר"ס}}, און טייל האבן נישט געזאגט [[תחנון]] אין דעם טאג{{הערה|דברי מאיר החדש, אות קע"ד; תורת שמעון השלם, עמוד ק"מ; צבי לצדיק, פרק י"ב אות ז'.}}. | טייל האבן זיך געפירט צו עסן די סעודת [[מלוה מלכה]] אום זונטאג{{הערה|[[רבי חיים האלבערשטאם]] און אנדערע צדיקים, געברענגט אין אוצר החיים עמוד ר"ס}}, און טייל האבן נישט געזאגט [[תחנון]] אין דעם טאג{{הערה|דברי מאיר החדש, אות קע"ד; תורת שמעון השלם, עמוד ק"מ; צבי לצדיק, פרק י"ב אות ז'.}}. | ||
זונטאג | אין [[קבלה]], וואו די טעג פון וואך זענען קעגן די "[[זיבן פאסטוכער]]", איז זונטאג קעגן [[אברהם אבינו]]{{הערה|תוספת זוהר, שמות דף רע"ז}}; אין [[מדרש]], וואו די טעג פון וואך זענען קעגן זיבן [[עקרה|עקרות]], איז זונטאג קעגן [[שרה|שרה אמנו]]{{הערה|אגדת בראשית, פרק נ"ב}}; אין [[חסידות]], וואו די טעג פון וואך זענען קעגן די [[זיבן מידות]], איז זונטאג קעגן דער [[ספירת החסד|מידת החסד]] און איז געאייגנט צו ארבעטן אויף [[אהבת ה']]{{הערה|{{היברובוקס||מאור עינים|24871|page=117|פרשת בשלח, ד"ה בפסוק}}, אין נאמען פונעם [[רבי דוב בער פון מעזריטש|גרויסן מגיד]], לויטן [[זוהר]], בראשית, [[S:זהר_חלק_א_לא_א|ל"א, עמוד א']]}}. | ||
==אין אלגעמיינע קולטורן== | ==אין אלגעמיינע קולטורן== |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 13:31, 12 נאוועמבער 2023
זונטאג איז דער ערשטער טאג אין וואך, ציילנדיג צו שבת.
דער טאג איז "פארהייליגט" ביי כמעט אלע קריסטליכע געמיינדעס און איז א רוה טאג אין דער מערב וועלט. אין טייל לענדער (און לויט ISO-8601) ווערט עס דעריבער פאררעכנט אלס דער זיבעטער טאג פון וואך, וואס ענדיגט צו דעם וויקענד.
אין דער פערסישער קאלענדאר ציילן זיך די טעג אנגעהויבן פון שבת, וועלכער איז טאג 0; זונטאג איז אלזא דער צווייטער טאג אין רייע, אבער הייסט "טאג איין".
נאמען
לויט די אסטראלאגיע פון די "שבעה כוכבי לכת", (שבתאי, צדק, מאדים, חמה, נוגה, כוכב, לבנה), איז יעדע שעה אין טאג באשטימט פאר אן אנדערן פון די כוכבים. דורכאויס דער ערשטער און צווייטער יארהונדערט איז געווארן פארשפרייט אין רוים דער פירונג, פון העלענישע און עגיפטישע ווארצלען, צו רופן די טעג פון וואך לויט דער כוכב וואס הערשט אין דער ערשטער שעה אינדערפרי פון יענעם טאג. דער ערשטער טאג אין וואך, אין וועלכן פרימארגן עס הערשט דער זון[1], איז אלזא גערופן געווארן "דער טאג פון זון" (לאטייניש: dies Solis). דער נאמען האט זיך פארשפרייט לענגאויס די אימפעריע און געווארן אדאפטירט דורך די פארשידענע גערמאנישע שבטים, וועלכע האבן גערופן דעם טאג 'זון-טאג' אויף זייער שפראך.
אין אידישקייט
ווי פארציילט אין אנהייב ספר בראשית, האט השי"ת אין דעם טאג באשאפן די וועלט און אפגעטיילט צווישן ליכטיגקייט און פינסטערניש:
בְּרֵאשִׁית, בָּרָא אֱלֹקִים, אֵת הַשָּׁמַיִם, וְאֵת הָאָרֶץ. וְהָאָרֶץ, הָיְתָה תֹהוּ וָבֹהוּ, וְחֹשֶׁךְ, עַל-פְּנֵי תְהוֹם; וְרוּחַ אֱלֹקִים, מְרַחֶפֶת עַל-פְּנֵי הַמָּיִם. וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, יְהִי אוֹר; וַיְהִי-אוֹר. וַיַּרְא אֱלֹקִים אֶת-הָאוֹר, כִּי-טוֹב; וַיַּבְדֵּל אֱלֹקִים, בֵּין הָאוֹר וּבֵין הַחֹשֶׁךְ. וַיִּקְרָא אֱלֹקִים לָאוֹר יוֹם, וְלַחֹשֶׁךְ קָרָא לָיְלָה; וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם אֶחָד.
אויך דער גן עדן איז באשאפן געווארן אין דעם טאג[2].
דער טאג ווען דער משכן איז אויפגעשטעלט געווארן אין מדבר איז באקרוינט געווארן מיט צען קרוינען, אריינגערעכנט אז עס איז געווען אין א זונטאג - דער ערשטער טאג צום וועלט באשאף[3].
בשעת מען האט מקריב געווען דעם קרבן תמיד אין בית המקדש פלעגן די לויים זינגען דעם קאפיטל לה' הארץ ומלואה[4], צוגעפאסט צום טאג אין וועלכע השי"ת האט באשאפן די וועלט[5]. מען פירט זיך צו זאגן דעם קאפיטל אלס שיר של יום, ביים סוף פון שחרית[6].
אין א גט שרייבט מען דעם טאג "באחד בשבת", ווי עס ווערט אנגערופן אין פסוק יום אחד[7]. אויב האט מען געשריבן "בראשון בשבת" איז עס כשר[8]. אין אלטע גיטין וועלכע זענען געפונען געווארן האט מען עס געשריבן אויף אראמיש, "בחד בשבא"[9]. אין די ספרד'ישע סידורים שטייט צו זאגן בעפאר דעם שיר של יום "היום יום אחד בשבת", אבער אין די אשכנז'ישע איז עס "יום ראשון"[10].
די אידן וועלכע זענען געווען פון די מעמדות ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן נישט פאסטן אין דעם טאג, אנדערש ווי רוב טעג אין דער וואך[11].
אין דער באשטימטער אידישער לוח, קען זיך נישט אנהייבן דער יאר אין א זונטאג, און אויב דער מולד פון תשרי געפאלט אין דעם טאג ווערט ראש השנה באשטימט אויף מאנטאג[12]. לויט טייל מקורות איז שוין דער כלל שוין אנגעגאנגען איידער דער לוח איז געווארן באשטימט על פי חשבון[13], און עס איז א תקנה פון תנאים[14] אדער הלכה למשה מסיני[15].
עס זענען דא וואס האלטן אז מען טאר נישט האנדלען מיט קריסטן פון ארץ ישראל אין זונטאג און צוויי טעג בעפאר, וויבאלד דאס איז א חגא פון עובדי עבודה זרה[16].
לויט טייל שיטות טאר מען נישט פראווען א חתונה אין זונטאג, ווייל די הכנות קענען ברענגען צו חילול שבת[17], אדער צוליב חוקות הגויים[18]. אנדערע האבן נישט מקפיד געווען דערויף[19].
לויט א שמועה אין נאמען פון בעלזער רביים האבן זיי נישט געלאזט מאכן קיין ברית שלא בזמנה אין זונטאג, ווייל אין דעם טאג איז דער קערפער אפגעשוואכט[20] און עס קען זיין א סכנה[21], אבער אנדערע לייקענען אפ די שמועה[22]. רבי יעקב יוסף טווערסקי האט איינגעפירט אין סקווירא נישט צו מאכן קיין ברית שלא בזמנה אום זונטאג, כדי מ'זאל נישט צוקומען אפצושטופן ברית'ן לכתחילה אויף זונטאג - א טאג ווען פילע ארבעטן נישט[23].
טייל האבן זיך געפירט צו עסן די סעודת מלוה מלכה אום זונטאג[24], און טייל האבן נישט געזאגט תחנון אין דעם טאג[25].
אין קבלה, וואו די טעג פון וואך זענען קעגן די "זיבן פאסטוכער", איז זונטאג קעגן אברהם אבינו[26]; אין מדרש, וואו די טעג פון וואך זענען קעגן זיבן עקרות, איז זונטאג קעגן שרה אמנו[27]; אין חסידות, וואו די טעג פון וואך זענען קעגן די זיבן מידות, איז זונטאג קעגן דער מידת החסד און איז געאייגנט צו ארבעטן אויף אהבת ה'[28].
אין אלגעמיינע קולטורן
די ערשטע קריסטן, וועלכע זענען בעיקר געקומען פון צווישן אידן, האבן געהאלטן דעם שבת אלס רוה טאג. נאר אין צווייטן יארהונדערט, ווען די רוימישע געצנדינער האבן פארנומען דעם רוב, האבן זיי עס געטוישט צו זונטאג, א טאג וואס געצנדינער האבן געשעצט אלס דער טאג פון דער זון[29] (כאטש די קריסטן האבן צומאל געגעבן אנדערע אויסריידן). פארט זענען געווען קריסטליכע געמיינדעס און שטרעמונגען דורכאויס די היסטאריע וועלכע האבן נישט אנגענומען דעם טויש (העב'). געוויסע, ווי די סאבאטניקער (עב'), האבן זיך אין גרויסן טייל מגייר געווען.
אין יאר 321 האט קאנסטאנטין דער גרויסער, דער ערשטער קריסטליכער קייסער, באשטימט זונטאג אלס דער אפיציעלער רוה טאג דורכאויס די רוימישע אימפעריע[30]. זיין באפעל האט נישט דערמאנט דעם שבת, אדער אנדערע קריסטליכע אויסריידן, נאר "דער הויכגעשעצטער טאג פון דער זון"[31].
אסאך לענדער, בעיקר אין אייראפע ווי שוועדן, פראנקרייך, דייטשלאנד און בעלגיע, אבער אויך אין אנדערע פלעצער ווי פערו, האלטן אפ זייערע נאציאנאלע און לאקאלע וואלן אין א זונטאג.
רעפערענצן
- ↑ זעט אויך ברכות נט, ב און רש"י דיבור המתחיל שבתאי
- ↑ תיקוני הזוהר, דף ו', עמוד א'
- ↑ שבת פז, ב
- ↑ משנה, תמיד ז, ד
- ↑ ראש השנה לא, א
- ↑ טור, אורח חיים, סימן קל"ג
- ↑ שולחן ערוך, אבן העזר, סימן קכ"ו, סעיף ג' און ביאור הגר"א
- ↑ פתחי תשובה סימן קכ"ו סוף ס"ק ד', בשם מהרשד"ם
- ↑ שמחה אסף, "שטרות עתיקים מן הגניזה", תרביץ שנה ט ספר א-ב
- ↑ יצחק בוגץ', שש זכירות, סימן ה' אות ו'
- ↑ תענית כז, ב. זעט דארט עטליכע טעמים.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ז', הלכה א'
- ↑ זעט רש"י, סנהדרין יג, ב, ד"ה וליעברה און רש"י, ראש השנה יט, ב, ד"ה והא
- ↑ שכל טוב, בראשית יז, יד; אגרת בן מאיר, אין: זכרון לראשונים, חלק חמישי עמוד רט"ז.
- ↑ רב סעדיה גאון, געברענגט אין ספר העיבור, מאמר שני שער שמיני; רבינו חננאל, שבת קטו, א.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ט', הלכה ד'
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות אישות, פרק י', הלכה י"ד
- ↑ תשובות הרמ"א, סימן קכ"ה
- ↑ זעט: פרדס אליעזר אויף אירוסין ונישואין, חלק שני פרק י', וואו עס ווערט געברענגט פון עטליכע צדיקים וועלכע האבן חתונה געמאכט זונטאג. פון רבי יואל טייטלבוים זאגט מען נאך, אז די שענסטע הכנה צו א חתונה איז דער שבת (הבית בהבנותו, עמוד קמ"ז).
- ↑ לויט תענית כז, ב
- ↑ גבעת הלבונה, סימן נ"ה אות ז'
- ↑ חשב האפוד, חלק שלישי סימן מ"ז
- ↑ נתיבות קודש, חג הפסח, דף רנ"ט
- ↑ רבי חיים האלבערשטאם און אנדערע צדיקים, געברענגט אין אוצר החיים עמוד ר"ס
- ↑ דברי מאיר החדש, אות קע"ד; תורת שמעון השלם, עמוד ק"מ; צבי לצדיק, פרק י"ב אות ז'.
- ↑ תוספת זוהר, שמות דף רע"ז
- ↑ אגדת בראשית, פרק נ"ב
- ↑ מאור עינים, פרשת בשלח, ד"ה בפסוק, אין נאמען פונעם גרויסן מגיד, לויטן זוהר, בראשית, ל"א, עמוד א'
- ↑ זעט: רבי מנחם המאירי, מאירי, עבודה זרה ב, א
- ↑ Zerubavel, Eviatar (1989). The Seven Day Circle: The History and Meaning of the Week. University of Chicago Press. p. 45. ISBN 9780226981659.
- ↑ Codex Justinianus lib. 3, tit. 12, 3
טעג פון דער וואך | |
---|---|
|