אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חמשה עשר בשבט"
(←מקור) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022
ט"ו בשבט אדער חמשה עשר בשבט איז דער ראש השנה לאילנות, איינע פון די פיר ראש השנה'ס וואס זענען דערמאנט אין מסכת ראש השנה. היינטיגע צייטן איז דער טאג א שטיקל יו"ט.
מקור
אַזוי ווי עס שטייט אין משניות:
ארבעה ראשי שנים הם: באחד בניסן ראש השנה למלכים ולרגלים; באחד באלול ראש השנה למעשר בהמה; באחד בתשרי ראש השנה לשנים לשמיטין וליובלות לנטיעה ולירקות; באחד בשבט ראש השנה לאילן, כדברי בית שמאי, בית הלל אומרים - בחמישה עשר בו. ראש השנה א א
דאס הייסט אז, לויט בית הלל, די פירות וואס הייבן אן צו וואקסן נאך ט"ו בשבט ווערן גע'מעשר'ט באזונדער פון די פאריאריגע פירות. אויך רעכנט מען פון דעם טאג די יארן פון ערלה און נטע רבעי.
מנהגים
ט"ו בשבט פירט מען זיך צו עסן זיסע טרוקענע פרוכטן פון די אויסדערוועלטע פרוכטן אין ארץ ישראל, ניסלעך מיט מאַנדלען. אין אייראפע איז נישט געווען מעגלעך צו באקומען פירות פון ארץ ישראל אינמיטן ווינטער, פלעג מען עסן באקסערן וואס איז יא געווען בנמצא.
פירות שנשתבחה בהם ארץ ישראל
מילגרוים (רימון)
דאווענען
אזוי ווי חמשה עשר בשבט ווערט גערעכנט אלס א שטיקל יו"ט זאגט מען נישט קיין תחנון ביים דאווענען. אין רוב קהילות זאגט מען אויך נישט קיין תחנון צו מנחה דעם פריערדיגן טאג.
וועבלינקען
- שיינע ווידיאס איבער ט"ו בשבט ט"ו בשבט אין דעם סייט הרועה הנאמן