אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לענארד כהן"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
||
שורה 52: | שורה 52: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:לאונרד כהן]] | [[he:לאונרד כהן]] | ||
רעוויזיע פון 09:23, 24 אקטאבער 2023
אליעזר ב"ר ניסן הכהן אין זיינער גויישער נאמען לענארד נאָרמאַן כהן (ענגליש: Leonard Norman Cohen; ג' תשרי ה'תרצ"ה - ו' חשון ה'תשע"ז) איז געווען א יודישער קאנאדער שרייבער, דיכטער, זינגער און קאמפאזיטער.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן אין מאנטריאל, קאנאדע. זיין טאטע נתן איז געווען א שניידער און איז געשטארבן ווען לענארד איז אלט געווען בלויז ניין יאר.
ביי די צוואנציג יאר האט ער שוין אויפגעשטעלט זיין ערשטע מוזיק קאפעליע וועלכע האט בעיקר געזינגען אמעריקאנישע פאלקס לידער.
ער האט ליב געהאט צו ארומפארן און געווען נייגעריג כסדר צו באטראכטן נייע זאכן. אין 1960 האט ער געוואוינט אין גריכנלאנד און אין 1967 האט ער זיך געצויגן אין די פאראייניגטע שטאטן.
ער האט באזוכט קובא דורכאויס איהר שטרייט מיט אמעריקע און אין 1973 איז ער געפארן קיין ישראל אנטייל צו נעמען אין דער יום כיפור מלחמה.
פאמיליע
ער האט קיינמאל נישט אפיציעל חתונה געהאט, אבער האט עטליכע קינדער פון זיינע באציאונגען.
זיין זון אדם וועלכע איז געבוירן אין 1972 איז אליינס א זינגער און קאמפאזיטאר.
כהן איז געווען א שטאלצער יוד, פארבונדן צו יודישקייט, ווי עס קענטיג אין טייל פון זיינע פאפולערע קאמפאזיציעס. ער איז געווען אויך א בודהיסט און וועגעטאריאניזם.
אויסצייכענונגען
זיינע ווערק
דיסקאגראפיע
- לידער פון לענארד כהן, 1967
- געזאנגען פון א צימער, 1969
- נייע הויט פאר די אלטע צערעמאניע, 1974
- איך בין דיין מאן, 1988
- די צוקונפט, 1992
- צען נייע לידער, 2001
- אלטע בייפעלער, 2002
ביכער
- בלומען פאר היטלער, 1964
- די ענערגיע פון קנעכט, 1972
- בוך פון רחמנות, 1984
וועב לינקען
- אפיציעלע וועבזייטל http://www.leonardcohen.com/us/home
- http://www.rockhall.com/inductees/leonard-cohen/
- א דאקומענטארער פילם איבער איהם http://www.nfb.ca/film/ladies_and_gentlemen_mr_leonard_cohen
- ער זינגט זיין בארימטע קאמפאזיציע אויף הללויה https://www.youtube.com/watch?v=YrLk4vdY28Q
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!