רוי:לענארד כהן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
לענארד כהן, 1988

אליעזר ב"ר ניסן הכהן אין זיינער גויישער נאמען לענארד נאָרמאַן כהן (ענגליש: Leonard Norman Cohen; ג' תשרי ה'תרצ"ה - ו' חשון ה'תשע"ז) איז געווען  א יודישער קאנאדער שרייבער, דיכטער, זינגער און קאמפאזיטער.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין מאנטריאל, קאנאדע. זיין טאטע נתן איז געווען א שניידער און איז געשטארבן ווען לענארד איז אלט געווען בלויז ניין יאר.

ביי די צוואנציג יאר האט ער שוין אויפגעשטעלט זיין ערשטע מוזיק קאפעליע וועלכע האט בעיקר געזינגען אמעריקאנישע פאלקס לידער.

ער האט ליב געהאט צו ארומפארן און געווען נייגעריג כסדר צו באטראכטן נייע זאכן. אין 1960 האט ער געוואוינט אין גריכנלאנד און אין 1967 האט ער זיך געצויגן אין די פאראייניגטע שטאטן.

ער האט באזוכט קובא דורכאויס איהר שטרייט מיט אמעריקע און אין 1973 איז ער געפארן קיין ישראל אנטייל צו נעמען אין דער יום כיפור מלחמה.

פאמיליע

ער האט קיינמאל נישט אפיציעל חתונה געהאט, אבער האט עטליכע קינדער פון זיינע באציאונגען.

זיין זון אדם וועלכע איז געבוירן אין 1972 איז אליינס א זינגער און קאמפאזיטאר.

כהן איז געווען א שטאלצער יוד, פארבונדן צו יודישקייט, ווי עס קענטיג אין טייל פון זיינע פאפולערע קאמפאזיציעס. ער איז געווען אויך א בודהיסט און וועגעטאריאניזם.

אויסצייכענונגען

זיינע ווערק

דיסקאגראפיע

ביכער

וועב לינקען


דער ארטיקל בנוגע אידן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!