אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חייקל חזן"
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||}}" ב־"") |
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
||
שורה 27: | שורה 27: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]] | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]] | ||
רעוויזיע פון 07:42, 24 אקטאבער 2023
ר' חייקיל חזן איז געווען פון די גרויסע תלמידים און חסידים פון דעם צדיק רבי נחמן מברסלב, רבי נחמן האט אים זייער געגליכן ער איז געווען פון די גאר נאנטע צו אים, ער איז געווען פון זיינע שטוב מענטשן, ער האט זיך אסאך געדרייעט ביי אים אין שטוב, ער פלעגט זיך טרויען צו זאגן זאגן פאר רבי נחמן אזאנס וואס אנדערע חסידים האבן זיך נישט געטרויט.
ער איז נאנט געווארן צו רבי נחמן ווען רבי נחמן האט געוואוינט אין מעדווידיווקע.
ר' חייקיל איז געווען א גרויסע עובד ה', א בעל השגה, און אויך א בעל מופת. ער פלעגט אויך פארן צו אנדערע צדיקים, ווי צו דעם צדיק רבי מרדכי טשערנאבילער.
אלס נאנטער חסיד פון רבי נחמן האט ער זיך ערלויבט צו האבן צו טון מער ווי אנדער חסידים וואו עס ווערט דערציילט ביי חיה די טאכטער פון רבי נחמן מברסלב
זיין כח אין זינגען
ר' חייקיל איז געווען א שיינער חזן און זינגער, עס איז דא אין ברסלב אסאך ניגונים וואס שטאמען פון אים. רבי נחמן האט געזאגט אז האט די כח פון זינגען פון איהר שורש. עס ווערט פארציילט אז ווען רבי נחמן איז אוועק פון זלאטיפאלי און געגאנגען וואוינען קיין ברסלב האט אים רבי נחמן פארבעטן ער זאל מיטקומען קיין ברסלב רבי נחמן האט אים געזאגט לאז אפ דיינע אלע געשפעטן קום מיט מיהר קיין ברסלב ווער דארט א חזן, דערפון וועסטו האבן פרנסה, איך זאגט דיר צו אזוי ווי איך אין א חידוש אין מיין זאך וועסטו זיין א חידוש אין דיין זאך דאס איז אין ניגונה, אבער ער האט עס נישט געטוהן ר' חייקיל איז נישט געקומען קיין ברסלב, און דעריבער ווערט טאקע ר' חייקיל ווייניג דערמאנט אין די שפעטער'דיגע יאהרן פון די לעבענסביאגראפיע פון רבי נחמן מברסלב, כאטש ער איז געווען זייער נאנט צו רבי נחמן, ווייל די לעבענס ביאגראפיע האט ר' נתן געשריבן אין ברסלב וואו ר' חייקיל איז געווען ווייניג. ר' חייקיל האט חרטה געהאט פארוואס ער האט נישט געפאלגט זיין רבי.
ווען רבי נחמן האט געוואנט אין מעדווידעווקא פלעגט רבי נחמן זייער אסאך פאסטן, אזוי ווי ר' חייקיל האט זיך אסאך געדרייעט ביי רבי נחמן אין שטוב, האט ער געמערקט אז רבי נחמן עסט נישט, די עסן וואס דער באדינער ברענגט, געט רבי נחמן פארן באדינער ער זאל עס אויפעסן. מאכט זיך אמאל ר' חייקיל קומט אריין צו רבי נחמן אין א גרינעם מיטוואך, און זעהט זיי רבי איז זייער שוואך, האט ער פארשטאנען ער האט די גאנצע וואך גארנישט געגעסן, אבער רבי נחמן וויל בשום אופן נישט עסן, זאגט ר' חייקיל רבי אויב איהר וועט נישט עסן א סעודה אצינד, גיי איך פארציילן "איך וועל אויסזאגן". זאגט אים רבי נחמן נו חייקיל גרייט צו אביסל יוך, דער סדר פון רבי נחמן איז געווען ער האט זיך קיינמאהל נישט גע'עקשנ'ט.
ר' חייקיל איז געווען א געטרייער חסיד, ער איז גלייך געלאפן מיט א עוף צום שוחט, מען האט עס געשח'טן, אויפן וועג צוריק האט ער געפליגט דעם טשיקן ווייל ער האט נישט געוואלט פארלירן צייט, מען האט געשטעלט קאכן א געשמאקן יוך און מען האט זיך געגרייט אז נאכן דאווענען מעריב וועט רבי נחמן פראווען א סעודה, תיכף נאך מעריב לויפט ר' חייקיל מיט דעם גוטען זופ צום רבין, ער שטעלט עס אראפ אויפן טיש, זאגט איהר דער רבי "נו חיייקל זינג דעם פרומען ניגון" [דער פרומער ניגון איז דער באקאנטער ברסלעבער ניגון אויף "מעין עולם הבא"], ר' חייקל איז געווען א גרויסע זינגער און האט דאס געזינגען מיט אלע קלאפערגעצייג, ווען ער ווערט פארטיג ווייזט אים דער רבי ער זאל עס נאכמאהל זינגען, ווען ער איז פארטיג געווארן צום צווייטן מאהל וווינגט איהר דער רבי נאכמאהל ער זאל עס זינגען און נאכאמהל. דער רבי איז געזעסן די גאנצע צייט מיט גרויס דביקות, און ר' חייקיל האט געזוגנען און געזונגען, צום סוף פרעגט אים דער רבי נו ווי האלט דער נאכט, איז ר' חייקיל ארויס זעהן ווי שפעט עס איז, און געזעהן ער הייבט אהן טאגען, עס איז בעסער געווארן פארן רבי און ער האט שוין נישט געוואלט טועם זיין, נאר ער האט געפארטיגט פאסטען די גאנצע וואך, ווי זיין געווענליכן סדר איז געווען.
דער ניגון וואס מען זינגט אין ברסלב ראש השנה און יום כיפור אויף "וכל מאמינים" שטאטט פון אים, ווי אויך דער נוסח וואס מען ברימט אינטער פיהר מאל "הטוב, הטוב, הטוב, הטוב" און אזוי הרחום הרחום הרחום הרחום, און אויך .
אויך דער ברודער פון ר' חייקיל איז געווען א חסיד פון רבי נחמן, דאס איז געווען רבי יצחק דער ברודער פון חייקל חזן
ר' חייקיל האט געהאט א זון וואס איז געווען א תלמיד פון ר' נתן מברסלב וואו עס ווערט דערמאנט אין ספר עלים לתרופה.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!