אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אלאסקע"
ק (הוספת קישור בינוויקי he:אלסקה) |
ק (דעסקריפציע) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=state of the United States of America|העב=מדינה בארצות הברית|דייטש=Bundesstaat der Vereinigten Staaten von Amerika|}} | |||
[[טעקע:Alaska locator.png|קליין|250px|אלאסקע אויף דער מאפע]] | [[טעקע:Alaska locator.png|קליין|250px|אלאסקע אויף דער מאפע]] | ||
'''אלאסקע''' ({{שפראך-en|Alaska}}, {{שפראך-ru|Аляска}} ''אליאסקא'') איז דער גרעסטער [[יו. עס. שטאט|שטאט]] פון די [[פאראייניגטע שטאטן]] אין שטח; זי איז פלאצירט ביים צפון-מערב עק פון דעם [[צפון אמעריקע]] קאנטינענט. צו מזרח איז [[קאנאדע]], צו צפון דער [[ארקטישער אקעאן]], צו מערב און דרום דער [[פאציפישער אקעאן]], מיט [[רוסלאנד]] ווייטער צו מערב אריבער דעם [[בערינג דורכגאס]]. אומגעפער העלפט פון אלאסקע'ס 683,478 איינוואוינער וואוינען אין דעם [[אנקארעזש]] מעטראפאליטאנעם שטח אלאסקע איז דער ווינציגסטער באפעלקערטער שטאַט.<ref>http://factfinder.census.gov/servlet/DTTable?_bm=y&-geo_id=04000US02&-ds_name=PEP_2007_EST&-mt_name=PEP_2007_EST_G2007_T001</ref> | '''אלאסקע''' ({{שפראך-en|Alaska}}, {{שפראך-ru|Аляска}} ''אליאסקא'') איז דער גרעסטער [[יו. עס. שטאט|שטאט]] פון די [[פאראייניגטע שטאטן]] אין שטח; זי איז פלאצירט ביים צפון-מערב עק פון דעם [[צפון אמעריקע]] קאנטינענט. צו מזרח איז [[קאנאדע]], צו צפון דער [[ארקטישער אקעאן]], צו מערב און דרום דער [[פאציפישער אקעאן]], מיט [[רוסלאנד]] ווייטער צו מערב אריבער דעם [[בערינג דורכגאס]]. אומגעפער העלפט פון אלאסקע'ס 683,478 איינוואוינער וואוינען אין דעם [[אנקארעזש]] מעטראפאליטאנעם שטח אלאסקע איז דער ווינציגסטער באפעלקערטער שטאַט.<ref>http://factfinder.census.gov/servlet/DTTable?_bm=y&-geo_id=04000US02&-ds_name=PEP_2007_EST&-mt_name=PEP_2007_EST_G2007_T001</ref> | ||
שורה 55: | שורה 56: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:אלסקה]] | [[he:אלסקה]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]] |
רעוויזיע פון 21:23, 23 אקטאבער 2023
אלאסקע (ענגליש: Alaska, רוסיש: Аляска אליאסקא) איז דער גרעסטער שטאט פון די פאראייניגטע שטאטן אין שטח; זי איז פלאצירט ביים צפון-מערב עק פון דעם צפון אמעריקע קאנטינענט. צו מזרח איז קאנאדע, צו צפון דער ארקטישער אקעאן, צו מערב און דרום דער פאציפישער אקעאן, מיט רוסלאנד ווייטער צו מערב אריבער דעם בערינג דורכגאס. אומגעפער העלפט פון אלאסקע'ס 683,478 איינוואוינער וואוינען אין דעם אנקארעזש מעטראפאליטאנעם שטח אלאסקע איז דער ווינציגסטער באפעלקערטער שטאַט.[1]
אלאסקע איז דער ניין און פערציגסטער שטאַט פון די פופציג שטאטן פון די פאראייניגטע שטאטן. זי איז דער גרעסטער שטאַט אין שטח פון די פאראייניגטע שטאטן מיט א שטח פון 570,380 קוואדראט מייל (1,477,277 קוואדראט ק"מ). זי געפונט זיך צווישן רוסלאנד אין קאנאדע, דאס הייסט אז אלאסקע איז איינע פון צוויי אמעריקאנער שטאטן וואס גרעניצט זיך נישט מיט זיין מוטער לאנד אמעריקע נאר מיט קאנאדע.
[מקור פארלאנגט]זייט אמעריקע האט איהר אפּגעקויפט האבן די איינוואוינער שטענדיג געוואלט מאכן אלאסקע א לאנד פאר זיך וואס זאל געהערן צו די פאראייניגטע שטאטן, אבער קאנגרעס האט קיינמאל דאס נישט געלאזט, זיי האט מורא געהאט אז צוליב איהר ערד אוצרות וועט זי אריינפאלן אין פּריוואטע הענט.
אין 1867 האט זי אמעריקע אפגעקויפט פון רוסלאנד, אלס אמעריקאנער קאלאניע. אין 1912 האט זי באקומען טעריטארישע שטאטוס, און אין יאר תשי"ט 1959, ניינציג יאר שפעטער איז זי ענדגילטיג געווארן דער ניין און פערציגסטער שטאַט.
די באפעלקערונג פון אלאסקע לויטן 2020 צענזוס איז 733,391.
געאגראפיע
אלאסקע איז א לאנד פון וואסער פאלן, אייזבערג און שנייאיגע בערג שפיצן, עס געפינט זיך אין איהר אסאך וואסער צונגען דאס הייסט א ים צונג וואס דרינגט אריין אין א בערגיקער געגנט.
אויף צפון זייט פון איר שטח זענען די עסקימאסן,
אין יאר ה'תרנ"ז דרייסיג יאר נאך דעם וואס די פאראייניגטע שטאטן האט זי אפגעקויפט פון רוסלאנד, האט זיך צושפרייט א גרויסע גאלד פיבעריי, אין די קאנאנדע געגנט יוקאן איז אנטדעקט געווארן גרויסע שיכטן גאלד, און די גאלד זוכער האט אפגעמאכט אז אויך אין דער דערנעבענדיגער אלאסקע וועט מען טרעפן, דעריבער האט זיך אנגעהויבן א מאסן שטראם אין דער אלאסקע.
א דריטל פון אלאסקע איז פארגליווערט מיט אייז, דעם איבריגן חלק פראבירן די איינוואוינער צו באארבייטן. עס וואקסט אין איר גערשטן, קארטאפל גרינס. אויך אין איר ערד איז דא אסאך רייכע מינעראלן, זי איז רייך מיט גאלד, זילבער, קופער, בליי, אייזן און קוילן.
די הויפטשטאט זשונא געפינט זיך אינעם אלעקסאנדער ארכיפעלאג, און מען קען צוקומען צו איר נאר דורכן ים אדער מיט א לופטמאשין.
היסטאריע
אלאסקע איז פּלאצירט אין דעם ווייטן צפון־מערב פון צפון אמעריקע, און איז דער גרעסטער שטאַט ביי טעריטאריע. זיין גרויס איז איבער אנדערהאלבן מיליאן קוואדראט קילאמעטער. די טעריטאריע האט די פאראייניגטע שטאטן אפגעקויפט פון רוסלאנד צוליב חובות וואס רוסלאנד איז שולדיג געווען פאר די פאראייניגטע שטאטן, אום 16סטן אפריל, 1867 ה'תרכ"ז, פאר א נישטיגער סומע פון 7.2 מיליאן דאלארן. בערך הונדערט יאר שפעטער, האט פרעזידענט טרומאן געמאכט אלאסקע דעם 49סטן שטאט פון די היינטיגע 50 שטאטן.
רוסלאנד איז אין יאר 1856 געווען זייער געדריקט אין געלט און זיי האבן גערעכנט אז זיי וועלן סיי ווי נישט קענען אנהאלטן די טעריטאריע צוליב וואס די ענגלענדער וועלן עס עווענטועל איינעמען, האבן זיי אנגעטראגן דעם שטח פאר געלט סיי פאר אמעריקע און סיי פאר ענגלאנד, אזוי זאל זיך אנהויבן א ליציטאציע קאנקורענץ. למעשה האבן די ענגלענדער נישט געוויזן קיין שום אינטערעסע צו קויפן, די אמעריקאנער יא, און האבן אנגעהויבן דירעקטע פארהאנדלונגען. אבער עטוואס אין יענער עפאכע האט אויסגעבראכן אין אמעריקע דער ברידער-קריג, איז די פארהאנדלונגען זענען צייטווייליג אפגעשטעלט געווארן. נאך דעם קריג זענען די פארהאנדלונגען ווידער באנייט געווארן, און עווענטועל האט זי אמעריקע אפגעקויפט פאר דער סומע פון 7.2 מיליאן דאלאר, בערך 2.3 סענט פער אקער לאנד.
ווען מען האט זי פארקויפט האט רוסלאנד באטראכט פאר א געווינס אז עס איז פטור געווארן פון זיין חוב און געגעבן גארנישט, אבער באלד דערנאך האט עס זיך געכאפט אז עס איז באגאנגען א נארישקייט, דערמיט, אבער עס איז שוין געווען צו שפעט. אויך שפעטער ביי דער קאלטער קריג איז אלאסקע געווען א גלענצענדער סטראטעגישער שטח לטובת אמעריקע.
אמעריקע האט דעמאלטס נישט געהאט קיין שום אינטערעסע אין דעם שטח, אמעריקע האט דאן געטון די מאדנע אפקויף בלויז ארויסצושטופן רוסלאנד פון דעם אמעריקאנער באדן.
די איינוואוינער
עס איז גוט באקאנט די עסקימאסישע שבטים וואס וואוינען אינעם צפון'דיגן חלק פון אלאסקע, דארט הערשט א אייזיגע פראסטיגע קלימאט, די ערד איז דארט פארפרוירן די מערהייט פון יאהר, אין ווינטער פאלט דארט די טעמפראטור ביז זעכציג אונטער נול, זייערע שטיבער איז געמאכט פון פארגליוועטרע שניי, עס איז דארט דא א בארג פון אייז וואס צוגייט קיינמאל נישט, פון דעם אייז בארג האקן די עסקימאסן אויס גרויסע אייז ציגל, מען לייגט די ציגל איינס אויפן צווייטן אין א רייע, מען שטעלט עס אויס ווי א קיילעכדיגען פארום ווי א קאפל, און עס בויעט זיך אויף זייער הייזער וואס ווערט גערופן "איגלו", אינעווייניג אין הויז איז א איינגענעמע און ווארימע טעמפעראטור וועלכע ערמעגליכט די עסקימאסן צו בלייבן לעבן טראץ די שרעקליכע קעלט אין דרויסן, זיי וואוינען זייער אינטערעסאנט, זיי עהרנערן זיך פון כאפן פיש פון טייך, און פין די גרויסע ווייסע בערן, און ים לייבן וואס עס דרייען זיך דארט.
עס ווערט געשאצט אז עס וואוינען קרוב צו זעכציג טויזנט מאן עסקימאסן, אויך זענען דארט דא ארום דרייסיג טויזנט אינדיאנער.
ווען זיי כאפן א בער באנוצן זיי אויס יעדע שטיקל פונעם בער פארן ריכטיגן באנוץ, דאס פלייש צום עסן, די פעל מאכן בגדים, די אדערן פאר שטריק, די ביינער פאר כלים, אויך מאכן זיי די שארפע חלקים פון די חיות פאר מעסערס און כלי משחית, און אזוי ווייטער. זיי פארן ארום מיט שליטן וואס ווערט געשלעפּט דורך די גרויסע הינט אויף די שניי און די אייז. היינט צו טאג באנוצן זיי זיך אויך אסאך מיט העליקאפטערס.
גאווערנאר סארא פעילין פון אלאסקא, איז א שטארקע קאנסערוואטיוו.
די באקאנטע שטעט אין אלאסקע זענען:
יודן אין אלאסקע
6,000 יודן וואוינען אין אלאסקע, 5000 פון זיי אין אנקארעדזש, וואו ס'זענען דא צוויי שולן און 600 אין פערבענקס מיט איין שול. אויך אין דזשונא וואוינען 300 יודן.
רעפערענצן
די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע | |
---|---|
אהייא • אייאווע • איידעהא • אילינוי • אינדיאנע • אלאבאמא • אלאסקע • אקלעהאמע • אריזאנע • ארעגאן • ארקענסא • דזשארדזשיע • דעלעווער • דרום דעקאטע • דרום קאראליינע • האוואי • וואשינגטאן • וויאמינג • ווירדזשיניע • וועסט ווירדזשיניע • וויסקאנסין • ווערמאנט • טענעסי • טעקסאס • יוטא • לואיזיאנא • מאנטענע • מאסאטשוסעטס • מישיגן • מינעסאטע • מיסיסיפי • מיזורי • מעין • מערילאנד • ניו העמפשער • ניו דזשערסי • ניו יארק • ניו מעקסיקא • נעבראסקא • נעוואדא • פלארידע • פענסילוועניע • צפון דעקאטע • צפון קאראליינע • קאלאראדא • קאליפארניע • קאנעטיקוט • קענזעס • קענטאקי • ראוד איילענד |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!