אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סאטמאר ישיבה גדולה (קווינס)"
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
ק (דעסקריפציע: גרעסטע ישיבה אין ניו יארק) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|גרעסטע ישיבה אין ניו יארק}} | |||
[[טעקע:ישיבה גדולה קווינס.jpg|קליין|300x300px|דער סאטמארער רבי, רבי זלמן לייב טייטלבוים, זאגט א דרשה אין דער סאטמארער ישיבה גדולה]] | [[טעקע:ישיבה גדולה קווינס.jpg|קליין|300x300px|דער סאטמארער רבי, רבי זלמן לייב טייטלבוים, זאגט א דרשה אין דער סאטמארער ישיבה גדולה]] | ||
'''סאטמארער ישיבה גדולה אין קווינס ''' איז די צענטראלע ישיבה גדולה וואס שטייט אונטער דער פירערשאפט פון [[רבי זלמן לייב טייטלבוים]], [[סאטמאר (חסידות)|סאטמארער]] [[רבי]], געפינט זיך אין [[קווינס]], [[ניו יארק]]. | '''סאטמארער ישיבה גדולה אין קווינס ''' איז די צענטראלע ישיבה גדולה וואס שטייט אונטער דער פירערשאפט פון [[רבי זלמן לייב טייטלבוים]], [[סאטמאר (חסידות)|סאטמארער]] [[רבי]], געפינט זיך אין [[קווינס]], [[ניו יארק]]. | ||
שורה 39: | שורה 40: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]] | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] |
רעוויזיע פון 02:45, 20 אקטאבער 2023
סאטמארער ישיבה גדולה אין קווינס איז די צענטראלע ישיבה גדולה וואס שטייט אונטער דער פירערשאפט פון רבי זלמן לייב טייטלבוים, סאטמארער רבי, געפינט זיך אין קווינס, ניו יארק.
די היסטאריע פון דער ישיבה
די ישיבה האט זיך געעפנט אין יאר תש"ס נאכדעם וואס רבי זלמן לייב איז אויפגענומען געווארן אלס רב אין וויליאמסבורג. זי האט זיך געעפנט מיט ארום 100 בחורים, אבער האט זיך זייער שנעל צעוואקסן, און איז היינט צוטאגס די גרעסטע חסידישע ישיבה איבער דער גאנצער וועלט, מיט אן ערך פון ארום 1000 בחורים.
די ישיבה סיסטעם
די ישיבה איז צעטיילט אין חלקים, לויט די יארגאנג, די ערשטע יאר וואס מ'קומט אריין אין די ישיבה, וואס דעמאלטס איז מען בערך 17/18 יאר אלט, לערנט מען אין חלק א', דאס צוויייטע יאר לערענט מען אין חלק ב', די דריטע יאר לערענט מען אין חלק ג', אין פין דארטען אין וויטער איז אפציעל נישט דא קיין עלטערע חלקים, נאר מען בלייבט ביי די זעלבע מגידי שיעורים, אינטער די זעלבע מנהלים, אבער מיט דעם אלעם, הייסט א בחור וואס לערענט צום פערטען יאר אין ישיבה, א חלק ד' בחור, אין א בחור וואס לערענט צום פינפעטען יאר אין ישיבה, א חלק ה' בחור, וכו'.
יעדער חלק האט עקסטרע מנהלים, עקסטרע משגיחים, און פארשטייט זיך עקסטרע מגידי שיעורים.
איינגעשטעלטע אין ישיבה
איר אפיציעלער מנהל רוחני איז ר' נפתלי בלומענפעלד .
איר אפיציעלער משגיח איז ר' גרשון קליין.
די מנהל כללי פין חלק א' איז ר' יעקב נחמן שטויבער .
די מנהלים פין חלק ב' זענען ר' אלישע רובין (בן ר' אריה לייבוש, בן אב"ד ציעשינאוו ז"ל,), אין ר' אהרן ווייס .
די מנהלים פין חלק ג' ד' וכו' זענען ר' ירוחם דייטש, אין ר חיים עזריאל גראס.
אין דער ישיבה געפונען זיך היינט צוטאגס איבער 120 איינגעשטעלטע, מגידי שיעורים, משגיחים, מנהלים, אויסער די פילע ארבעטערס און פארוואלטערס, א חלק דערפון אויסגערעכנט ווי פאלגנד:
- ר' ראובן חיים שטיינבערג (מגיד שיעור ראשי חלק ג)
- ר' יוסף חיים לייפער (מגיד שיעור שיעור עיון חלק ג)
- ר' בנימין זאב הערשקאוויטש (מגיד שיעור שיעור עיון חלק ב)
- ר' לייבוש טייטלבוים (מנהל ערב ובוקר חלק ב', ומשפיע רוחני)
- ר' משה ראובן איצקאוויטש (בוחן כללי)
- ר' משה ביטמאן, מח"ס אמרי דיעה (ראש חבורת יורה דיעה)
- ר' אברהם היללער (מגיד שיעור חלק א,)
- ר' שלום שטערן (סעקרעטאר פון ביד"צ דקיט"ל דסאטמאר, וספרא דדיינא)
- ר' אלטר יעקב יצחק הכהן גלאנץ, איידעם פון רבי'ן (שואל ומשיב)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!