אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ה'תשפ"ד"
אין תקציר עריכה |
|||
שורה 8: | שורה 8: | ||
* [[י"א תשרי]] – א געשאצטע 170 מענטשן אומגעקומען און איבער 300 פארוואונדעט דורכאויס אן אויפרייס אין א גאז סטאנציע אין נאגארנא קאראבאך {{ענ|Berkadzor fuel depot explosion}}. | * [[י"א תשרי]] – א געשאצטע 170 מענטשן אומגעקומען און איבער 300 פארוואונדעט דורכאויס אן אויפרייס אין א גאז סטאנציע אין נאגארנא קאראבאך {{ענ|Berkadzor fuel depot explosion}}. | ||
* [[י"ב תשרי]] – א [[פייער]] ביי א קריסטליכע חתונה אין נִינְוֵה געגנט אין [[איראק]], פאסירט דורך [[פייערווערק]] פלאַמען ארויסגעלאזט אין זאל, הרג'עט איבער 114 מענטשן פון די טויזנט אנוועזנדע {{ענ|Qaraqosh wedding fire}}. | * [[י"ב תשרי]] – א [[פייער]] ביי א קריסטליכע חתונה אין נִינְוֵה געגנט אין [[איראק]], פאסירט דורך [[פייערווערק]] פלאַמען ארויסגעלאזט אין זאל, הרג'עט איבער 114 מענטשן פון די טויזנט אנוועזנדע {{ענ|Qaraqosh wedding fire}}. | ||
* [[כ"ב תשרי]] – אפעראציע אל-אקצא מבול {{ענ|Operation Al-Aqsa Flood}}: [[ | * [[כ"ב תשרי]] – אפעראציע אל-אקצא מבול {{ענ|Operation Al-Aqsa Flood}}: [[חאמאס]] שיסט איבער 3,500 ראקעטן פון [[עזה פאס]] צו [[מדינת ישראל]] און אינפילטרירט איר [[דרום דיסטריקט (ישראל)|דרום דיסטריקט]] אין א סורפּרייז אטאקע {{העב|מתקפת הפתע על ישראל (2023)}}. | ||
* כ"ב תשרי – חאמאס רצח'עט אויס 260 מענטשן ביי א טראנס מוזיק פעסטיוואל. פרעמדע נאַציאָנאַלן זענען צווישן די גע'הרג'עטע אין די שחיטה {{העב|הטבח במסיבת הטבע ליד רעים}}. אויך פארכאפּט זי קורצליך קאנטראל פון [[צה"ל]]'ס 143סטע "עזה" דיוויזיע [[הויפטקווארטיר]] אין רֵעִים, אשכול ראיאן ראט, איידער די [[צה"ל|מדינת ישראל טרופן]] נעמען עס צוריק {{העב|קרב רעים}}. חאמאס פאַרכאַפּט הונדערטע משכונות קיין עזה {{העב|החטיפה לעזה (מלחמת חרבות ברזל)}}. | |||
* כ"ב תשרי – אַן [[עגיפטן|עגיפּטישער]] פּאָליציאַנט הרג'עט צוויי מדינת ישׂראל [[טוריזם|טוריסטן]] און אַן עגיפּטישער טור־פירער און פאַרוואונדעט אַ דריטן ישׂראלי אין [[אלעקסאנדריע]], עגיפּטן. דער שיסער ווערט שפעטער ארעסטירט {{העב|פיגוע הירי באלכסנדריה (2023)}}. | * כ"ב תשרי – אַן [[עגיפטן|עגיפּטישער]] פּאָליציאַנט הרג'עט צוויי מדינת ישׂראל [[טוריזם|טוריסטן]] און אַן עגיפּטישער טור־פירער און פאַרוואונדעט אַ דריטן ישׂראלי אין [[אלעקסאנדריע]], עגיפּטן. דער שיסער ווערט שפעטער ארעסטירט {{העב|פיגוע הירי באלכסנדריה (2023)}}. | ||
* כ"ב–[[ל' תשרי]] – פיר [[ערדציטערניש]]ן אין [[העראט פראווינץ]] אין [[אפגאניסטאן]], געשפירט ביז [[איראן]] און [[טורקמעניסטאן]], ברענגט אום | * כ"ב–[[ל' תשרי]] – פיר [[ערדציטערניש]]ן אין [[העראט פראווינץ]] אין [[אפגאניסטאן]], געשפירט ביז [[איראן]] און [[טורקמעניסטאן]], ברענגט אום 1,480 מענטשן {{ענ|2023 Herat earthquakes}}. | ||
* [[כ"ג תשרי]] – מדינת ישראל דערקלערט קריג קעגן די טעראר גרופעס אין [[עזה פאס]], צום ערשטן מאל זינט די [[יום כיפור מלחמה]] {{העב|מלחמת חרבות ברזל}}. | * [[כ"ג תשרי]] – מדינת ישראל דערקלערט קריג קעגן די טעראר גרופעס אין [[עזה פאס]], צום ערשטן מאל זינט די [[יום כיפור מלחמה]] {{העב|מלחמת חרבות ברזל}}. | ||
* [[כ"ט תשרי]] – טיילווייזע [[ליקוי חמה]], זעבאר אין טיילן פון צפון און צענטראל אמעריקע, פון [[ארעגאן]] ביז [[בראזיל]] {{ענ|Solar eclipse of October 14, 2023}}. | * [[כ"ט תשרי]] – טיילווייזע [[ליקוי חמה]], זעבאר אין טיילן פון צפון און צענטראל אמעריקע, פון [[ארעגאן]] ביז [[בראזיל]] {{ענ|Solar eclipse of October 14, 2023}}. |
רעוויזיע פון 09:55, 17 אקטאבער 2023
ה'תשפ"ד (5,784) און בקיצור תשפ"ד – איז א אידיש יאר, וואס האט זיך אָנגעהויבן א' תשרי, דעם אוונט בעפאר סעפטעמבער 16, 2023, און האט זיך פאַרענדיגט כ"ט אלול, אקטאבער 2, 2024.
דער מולד פון תשרי געפאלט פרייטאג, 11 שעות און 882 חלקים. דער קביעות פון יאר איז דעריבער זחג. עס איז אן עיבור יאר, און איז לאנג 383 טעג.
עס איז דאס צווייטע יאר צו שמיטה, און יאר 8 אין מחזור העיבור 305. תקופת ניסן פון דעם יאר הייבט אן יאר 16 פון מחזור גדול 207.
דאס איז יאר 1,955 צום חורבן בית המקדש, און יאר 2,335 לשטרות.
געשעענישן
תשרי
- א' תשרי – די מיליטערישע רעגירונגען פון ניזשער, מאַלי און בורקינע פאַסאָ חתמ'ען אַ קעגנזייטיגער פאַרטיידיגונג פּאַקט, גערופן די אַליאַנץ פון סאַהעל שטאַטן, אין פאַל פון אן אינערליכע אויפשטאנד אָדער א דרויסנדע מיליטערישע אַגרעסיע (ענ').
- ד' תשרי – אזערביידזשאן הייבט אָן א צוויי טאָגיגע מיליטערישע אָפענסיווע קעגן ארמענער אין נאַגאָרנאָ קאַראַבאַך (העב').
- ז' תשרי – רוסישע אינוואזיע אויף אוקראינע: די הויפטקווארטיר פון די שווארצע ים פלאטע אין סעוואַסטאָפּאָל, קרים ווערט אטאקירט דורך אוקראינע מיסילס (ענ').
- י"א תשרי – א געשאצטע 170 מענטשן אומגעקומען און איבער 300 פארוואונדעט דורכאויס אן אויפרייס אין א גאז סטאנציע אין נאגארנא קאראבאך (ענ').
- י"ב תשרי – א פייער ביי א קריסטליכע חתונה אין נִינְוֵה געגנט אין איראק, פאסירט דורך פייערווערק פלאַמען ארויסגעלאזט אין זאל, הרג'עט איבער 114 מענטשן פון די טויזנט אנוועזנדע (ענ').
- כ"ב תשרי – אפעראציע אל-אקצא מבול (ענ'): חאמאס שיסט איבער 3,500 ראקעטן פון עזה פאס צו מדינת ישראל און אינפילטרירט איר דרום דיסטריקט אין א סורפּרייז אטאקע (העב').
- כ"ב תשרי – חאמאס רצח'עט אויס 260 מענטשן ביי א טראנס מוזיק פעסטיוואל. פרעמדע נאַציאָנאַלן זענען צווישן די גע'הרג'עטע אין די שחיטה (העב'). אויך פארכאפּט זי קורצליך קאנטראל פון צה"ל'ס 143סטע "עזה" דיוויזיע הויפטקווארטיר אין רֵעִים, אשכול ראיאן ראט, איידער די מדינת ישראל טרופן נעמען עס צוריק (העב'). חאמאס פאַרכאַפּט הונדערטע משכונות קיין עזה (העב').
- כ"ב תשרי – אַן עגיפּטישער פּאָליציאַנט הרג'עט צוויי מדינת ישׂראל טוריסטן און אַן עגיפּטישער טור־פירער און פאַרוואונדעט אַ דריטן ישׂראלי אין אלעקסאנדריע, עגיפּטן. דער שיסער ווערט שפעטער ארעסטירט (העב').
- כ"ב–ל' תשרי – פיר ערדציטערנישן אין העראט פראווינץ אין אפגאניסטאן, געשפירט ביז איראן און טורקמעניסטאן, ברענגט אום 1,480 מענטשן (ענ').
- כ"ג תשרי – מדינת ישראל דערקלערט קריג קעגן די טעראר גרופעס אין עזה פאס, צום ערשטן מאל זינט די יום כיפור מלחמה (העב').
- כ"ט תשרי – טיילווייזע ליקוי חמה, זעבאר אין טיילן פון צפון און צענטראל אמעריקע, פון ארעגאן ביז בראזיל (ענ').
- כ"ט תשרי – אלגעמיינע וואלן פארגעקומען אין ניו זילאנד, אין וועלכע דער לעיבאר פארטיי ליידט די ערגסטע דורכפאל פאר אן אמטירנדע פארטיי אין די מאדערנע היסטאריע פון ניו זילאנד (ענ').
חשון
- א' חשון – צוויי שוועדישע בירגער ווערן ערמארדעט און איינער פארוואונדעט ביי א שיסעריי אין בריסל ראיאן, בעלגיע. דער פארברעכער, אן איסלאמישע שטאט סימפּאטיקער, ווערט גע'הרג'עט דורך די פאליציי (העב').
נפטר געווארן
- ח' תשרי – הרב צוריאל שקד, עלטסטער מנהיג פון אידן פון טריפאלי
ערווארטעטע געשעענישן
- ז' חשון – אלגעמיינע וואלן אין ארגענטינע
- י"ד חשון – טיילווייזע ליקוי לבנה, זעבאר אין אייראפע, אפריקע און אזיע
- ט"ז חשון – מוניציפאלע וואלן אין מדינת ישראל
- י"ט חשון – סיום מסכת קידושין אין דער דף היומי
- ג' כסלו – פרעזידענטליכע וואַלן אין מאדאגאסקאר (ענ')
- ט' כסלו – אלגעמיינע וואלן אין האלאנד
- ד' שבט – בערנארדא ארעוואלא (העב') וועט ווערן איינגעשוואוירן אלס פרעזידענט פון גוואטעמאלע
- י"ח שבט – פרעזידענט-וואלן אין פינלאנד
- כ"ה שבט – אלגעמיינע וואלן אין על סאלוואדאר
- ה' אדר א' – אלגעמיינע וואלן אין אינדאנעזיע
- ז' אדר ב' – פרעזידענט-וואלן אין רוסלאנד
- כ' אדר א' – סיום מסכת בבא קמא אין דער דף היומי
- ט"ו אדר ב' – ליקוי לבנה, גענצליך זעבאר אין רוב פון די אמעריקאנע קאנטינענטן (ענ')
- כ"ט אדר ב' – גאנצע ליקוי חמה, זעבאר דורכאויס צפון אמעריקע (ענ')
- כ"ז ניסן – אלגעמיינע וואלן אין פאנאמא
- י"א אייר – אלגעמיינע וואלן אין דאמיניקאנישע רעפובליק
- כ"ה אייר – אלגעמיינע וואלן אין מעקסיקא
- כ"ט אייר – וואלן פאר די אייראפעאישער פארלאמענט וועלן זיך אנהייבן
- כ' סיון – סיום מסכת בבא מציעא אין דער דף היומי
- כ' תמוז-ז' אב – די 33'סטע זומער אלימפיאדע וועט פארקומען אין פאריז, פראנקרייך
- י"ג אב – נוסאנטארא (עב') וועט ווערן דער הויפטשטאט פון אינדאנעזיע, ערזעצנדיג דזשאקארטא[1]
דאטום אומבאקאנט
- יאנואר – אלגעמיינע וואלן אין באנגלאדעש
- פרילינג – טערקיי וועט ארויפשיקן איר ערשטע דאמעסטישע און נאציאנאלע סאטעליט, אין קאאפעראציע מיט SpaceX[2]
- אפריל אדער מאי – אלגעמיינע וואלן אין אינדיע
- יוני – פרעזידענט-וואלן אין סרי לאנקא
- די אנציקלופדיה תלמודית וועט ווערן געענדיגט[3]
קאלענדאר
►► | ה'תשפ"ד | ◄◄ |
2023 - 2024 |
פאָלגנד איז א אידיש - גרעגאריאנישער קאלענדאר. אין יעדן טאג קעסטל איז פארהאן איין אדער צוויי אותיות אנצוצייכענען דעם טאג אינעם אידישן חודש, און א נומער אנצוצייכענען דעם טאג אינעם גרעגאריאנישן מאנאט.
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
יאר אייגנשאפטן
- א יאר מיט קביעות זחג און 383 טעג.
- אן עיבור יאר מיט צוויי אדרים.
- חשון און כסלו זענען ביידע חָסר, מיט 29 טעג.
- י"ג אדר ב' געפאלט שבת, דערפאר איז מען מקדים תענית אסתר צו דאנערשטאג י"א אדר ב'.
יארן און יארהונדערטער | |
---|---|
|
רעפערענצן
- ↑ "Indonesia Breaks Ground on Nusantara as Jakarta Sinks", Bloomberg (2 August 2022).
- ↑ "Türksat 6A". Archived from the original on January 15, 2023. Retrieved October 2, 2021.
- ↑ הווה אויפן זייטל פונעם פראיעקט