אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספר יוסיפון"
ק (←ווערסיעס: טעות סופר) |
ק (←פארלעסליכקייט און קאנרטעווערסיע: טעות סופר) |
||
שורה 28: | שורה 28: | ||
דער ווערסיע פון די וויניציע דרוק, איז באזירט אויף די קאנסטאנטינאפאלער, אבער איז מוגה און איבערגעארבעט לויט די מאנטובער דרוק, און לכאורה אויך לויט כתבי יד וואס זיי האבן געהאט, און אייגענע שיקול הדעת. אלע שפערטערע מהדורות האבן איבערגעדרוקט די וויניציער דרוק{{הערה|{{אוצר החכמה|אברהם יוסף ווערטהיימער|מבוא לספר יוסיפון|14616|ירושלים, תשט"ז}}}}. | דער ווערסיע פון די וויניציע דרוק, איז באזירט אויף די קאנסטאנטינאפאלער, אבער איז מוגה און איבערגעארבעט לויט די מאנטובער דרוק, און לכאורה אויך לויט כתבי יד וואס זיי האבן געהאט, און אייגענע שיקול הדעת. אלע שפערטערע מהדורות האבן איבערגעדרוקט די וויניציער דרוק{{הערה|{{אוצר החכמה|אברהם יוסף ווערטהיימער|מבוא לספר יוסיפון|14616|ירושלים, תשט"ז}}}}. | ||
==פארלעסליכקייט און קאנרטעווערסיע== | ==פארלעסליכקייט און קאנרטעווערסיע== |
רעוויזיע פון 18:59, 11 אקטאבער 2023
מחבר
אין דער עלטערע ווערסיעס פון ספר יוסיפון איז קלאר אז דער חיבור איז בלויז א זאמלונג פון שטיקלעך וואס דער מלקט האט איבערגעזעצט פון די גריכישע ווערק פון יוסף בן מתתיהו, וועמען דער מלקט רופט "יוסף בן גוריון"[1]. דער מחבר טוט רעפענצירן צו די ווערק פון "יוסף בן גוריון" בלשון נסתר, ער טוט פונאנדערשיידן צווישן זיך אין יוסף, און אויף איין פאלץ דערציילט ער קלאר איבער די מהות פון זיין ווערק:
ואני ליקטתי דברים מספר יוסף בן גוריון ומספרי סופרים אחרים אשר כתבו מעשה אבותינו, ואיגדתי אותם במגילה אחת.
— ספר יוסיפון, כתב יד ירושלים[2]
דער פארשפרייטער ווערסיע פון ספר יוסיפון איז א שפעטערע און פארברייטערטער. די רעפרענצן צו יוסף בן מתתיהו'ס ווערק זענען אין דעם ווערסיע געטוישט געווארן צו א לשון מדבר בעדו, אנדייטנדיג אז יוסף בן מתתיהו זעלבסט איז דער מחבר פון ספר יוסיפון. יוסף בן מתתיהו דערציילט אין זיין גריכישע ווערק איבער אן אידישע היסטאריע בוך וואס ער האט פארפאסט "אין די שפראך פון די עלטערן"[3], און ספר יוסיפון געבט אן אז דאס איז יענע חיבור
ויתר דבריו הלא הם כתובים על ספר מלכי מדי ופרס, ועל ספרי אני יוסף הכהן בן גוריון הכהן אשד כתבתיו לרומיים, והוא הספר הנקרא יוסיפוס. ואני הוא יוסף בן גוריון אשר הגלו אותו טיטוס ואספסינוס מירושלים. גם דברי כורש כתובים עוד על ספרי מלכי הרומיים. והנה זה הספר אני יוסף בן גוריון הכהן כתבתיו לישראל
— ספר יוסיפון פרק שלישי
.
ווי עס איז אנגענומען ביי א מערהייט חוקרים, איז ספר יוסיפון פארפאסט געווארן אין איטאליע. דוד פלוסער ווייזט אויף איין כתב יד, וואו עס ווערט אנגעגעבן אז דער מחבר האט עס געשריבן אין יאר תתפ"ה לחורבן הבית (ד'תשי"ד)[1]. פון דער אנדערע זייט ווערט "ספר יוסף בן גריון כהן גדול" דערמאנט אין די פירוש אוף ספר יצירה פון רבי דונש בן תמים וואס איז געשריבן געווארן ארום יאר דתש"כ[4]; און געוויסע האלטן אז רבי סעדיה גאון האט שוין געהאט ספר יוסיפון פאר זיך[5]. אנדערע פערדערן די צייט פונעם מחבר צו די פערדע יארהונדערט למספרם, אדער גאר בעפאר חתימת התלמוד [4].
אינהאלט
אין די פארשפרייטע ווערסיע, איז דער חיבור צוטיילט אין זעקס ביכער.
- "ספר ראשון" דעקט אין קורצן די געבורט און אנטוויקלונג פון די זיבעציג פעלקער, די היסטאריע פון רוים, און גלות בבל און גלות פרס ומדי;
- "ספר שני" דעקט די צייט פון אלכסנדר מוקדון;
- "ספר שלישי" דעקט די תקופה פון אנהייב בית שני ביז די צייט פון די חשמונאים;
- "ספר רביעי" דעקט די קעניגרייך פון די חשמונאים;
- "ספר חמישי" דעקט די ברידער קריג צווישן די חשמונאים, און די קעניגרייך פון הורדוס;
- "ספר שישי" דעקט די געשיכטע פונעם חורבן בית המקדש.
דער ספר איז באזירט מערסטענס אויף די ווערק פון יוסף בן מתתיהו אין גריכיש, פרובירנדיג און צוגאב אויסצוגראדן די סתירות צווישן יוסף בן מתתיהו און די ווערטער פון חז"ל.
ווערסיעס
עס זענען פארהאן בעיקר דריי ווערסיע פון ספר יוסיפון. דער עלטסטע ווערסיע וואס איז ווארשיינליך די נענטסטע צו די ארגענעלע, געפונט זיך אין עטליכע כתבי יד וואס זענען מעתיק פון "רבינו גרשום הגדול מכתיבת ידו", ווי אויך אין ספר הזכרונות לירחמיאל. אין דער ווערסיע ווערט "יוסף בן גוריון" דערמאנט ווי א מקור צום אינהאלט פונעם ספר, נישט ווי דער פארפאסער זעלבסט.
דער צווייטע ווערסיע איז דער פון די מאנטאווער דורק פון יאר ה'ר"מ. עס איז ענדליך צום ערשטן, אבער יוסף בן גוריון נאמען ווערט דערין אינגאנצן נישט דערמאנט, און עטליכע אומפארשטענליכקייטן פון דער ערשטע וועסיע זענען אויסגעגלאט געווארן.
דער דריטע ווערסיע איז דער פון דער קאנסטאנטינאפאלער דרוק פון יאר ה'ר"ע, וואס איז באזירט אויף די כתב יד פון רבי יהודה בן משה אבן משקוני. דער ווערסיע איז פיל מער פארברייטערט, און ענטהאלט פילע הוספות. אזוי אויך זענען די ערווענונגען צו יוסף בן גוריון געטוישט געווארן אזוי אז עס טוט אנדייטן אז יוסף בן גוריון זעלבסטו איז דער מחבר פון דעם ספר. רבי יהודה אבן משקוני שרייבט אין זיין הקדמה צום ספר אז ער האט געהאט פאר זיך עטליכע נסחואות, און ער האט פון זיי צוזאמען געשטעלט זיין נוסח וואס ענטהלאט אלע געשיטעס און אלע דעטאלן פון אלע ווערסיעס.
דער ווערסיע פון די וויניציע דרוק, איז באזירט אויף די קאנסטאנטינאפאלער, אבער איז מוגה און איבערגעארבעט לויט די מאנטובער דרוק, און לכאורה אויך לויט כתבי יד וואס זיי האבן געהאט, און אייגענע שיקול הדעת. אלע שפערטערע מהדורות האבן איבערגעדרוקט די וויניציער דרוק[6].
פארלעסליכקייט און קאנרטעווערסיע
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע דוד פלוסר, ספר יוסיפון, הנוסח המקורי צילום כתב־יד ירושלים עם הוספות, ירושלים, תשל"ט, זייט 14 - ↑ כתב יד ירושלים אויף די וועבזייטל פון הספריה הלאומית
- ↑ יוסף בן מתתיהו, מלחמת היהודים ספר א פרק א
- ↑ 4.0 4.1
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע טוביה פרשל, מאמרי טוביה ד, ירושלים, תשע"ט, זייט קע - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע שולמית סלע, "זיכרונות התקופה החשמונאית בספרות הערבית היהודית של ימי הביניים", מיכאל 14, תל אביב, תשנ"ז, זייט כב;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אברהם יוסף ווערטהיימער, "מבוא לספר יוסיפון", יוסיפון מהדורת הומינר, ירושלים, תשט"ז, זייט 24 - ↑ אברהם יוסף ווערטהיימער, מבוא לספר יוסיפון, ירושלים, תשט"ז