אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אומזיסט"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט רוי:אומזינסט צו רוי:אומזיסט) |
||
(4 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 21: | שורה 21: | ||
[[קאַטעגאָריע:עקאנאמיע]] | [[קאַטעגאָריע:עקאנאמיע]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | |||
[[he:חינם]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 13:46, 11 אקטאבער 2023
אומזינסט מיינט פריי אן אפצאל, אז מען קען הנאה האבן עפעס א גוטס פון אן אנדערן'ס ארבייט אן קיין שום קאסטן.
עס ווערט אסאך גענוצט אין די ענגלישע שפראך מיטן נאמען פריי ווייל א זאך וואס מ'דארף גארנישט צאלן איז דאך פריי פון א חוב אדער עול וואס דאס מיינט פרייהייט.
א ביזנעס קען אויך אמאל פארטיילן זאכן בחנם, כדי זיך צו רעקלאמירן. אזוי אויך נייע רעסטוראנטן גיבן צו עסן פאר פרי.
מען נוצט דאס אויך לרעה אז מען באקומט א שלעכטער זאך פון איינעם זאגט מען ער טשעפעט מיך בחינם.
רוב מאל ווען איינער גיבט עפעס אוועק פאר אומזיסט איז דאס נישט צופיהל ווערט.
א באקאנט יודיש ווערטל איז בחנם באקומט מען כינים, דאס באדייט אויב ס'קאסט גארנישט איז עס טאקע אזויפיהל ווערט.
לשם מצוה
אבער ביי פרומע יודן איז דא די באגריף פון לשם מצוה: אויב מ'האט עפעס א חפץ ווי צב"ש א פרידזשידער אדער וואש מאשין, און ער קויפט א נייע אבער די אלטע ארבעט נאך גאנץ פיין, אדער א רעקל וואס איז שוין נישט זיין מאָס, איז ווי איידער עס אוועקווארפן אין די מיסט אדער זיך מוטשען עס צו פארקויפן אין א צווייט האנטיגע געשעפט, רעקלאמירט ער אז ער גיבט עס אוועק לשם מצוה און ווער עס וויל זאל עס קומען אפנעמען.
דאס ווערט אפט באטיטלט מיטן לשון הקודש'דיגן אויסדרוק: זה נהנה וזה לא חסר. דער האט הנאה און פונעם ערשטן פעהלט לכבוד דעם גארנישט.
אין די חרדישע צייטונגען איז דא וועכנטליך קלאסיפיידס-אפטיילונגען פון זאכן אוועקצוגעבן לשם מצוה. ספעציעל פאר פסח ווען אסאך קויפן נייע זאכן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!