אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כהושעת אלים"
ק (←אינדרויסנדע לינקס: הגהה) |
ק (←אינהאלט פונעם פיוט: הגהה) |
||
שורה 31: | שורה 31: | ||
==אינהאלט פונעם פיוט== | ==אינהאלט פונעם פיוט== | ||
די צענטראלע טעמע פונעם פיוט איז אוועקגעשטעלט אופן געדאנק אז ווען דאס אידיש פאלק געפינט זיך אין א צרה, איז כביכול אויך דער אויבערשטער מיט זיי צוזאמען אין די צרה, און דערפאר ווען דער באשעפער העלפט פאר די אידן העלפט ער כביכול אויך זיך. די געדאנק ערשיינט אפאר מאל אין מדרשי חז"ל, און איז באזירט אויף די פסוקים {{ציטוטון|עִמּוֹ אָנֹכִי בְצָרָה|תהלים|צא|טו}} און {{ציטוטון|בְּכָל צָרָתָם לוֹ צָר|{{תנ"ך|ישעיהו|סג|ט}}}} און אזוי אויך אויף דרשות פון אסאך פסוקים.{{הערה|[[מכילתא דרבי ישמעאל]], פרשתא דפסחא, {{ויקיטקסט|מכילתא_על_שמות_יב#פסוק_מ_(כל_הפרק)(כל_הפסוק)|פרק י"ב, פסוק מ}}.}} די געדאנק איז ספעציעל פארבינדן צום מנהג פון הושענות נאך פון פריערדיגע צייטן: לויט [[רבי יהודה]] אין צייט פון די [[הושענות]] אין [[בית המקדש]] (ארומנעמען די [[מזבח]]) האט מען אויסגערופן "אני והו והוא הושיעה נא".{{הערה|{{משנה|סוכה|ד|ה}}.}} דער [[תלמוד ירושלמי]] טייטשט די אויסרוף לויט די אויבנדערמאנטע געדאנק, ווי עס מיינט צו בעטן דעם באשעפער אז ער זאל העלפן נישט נאר כלל ישראל נאר אויך אים אליין.{{הערה|{{ירושלמי|סוכה|ד|ג}}; {{בבלי|סוכה|מה|א|מפרש=תוספות|ד"ה=אני}}.}} | די צענטראלע טעמע פונעם פיוט איז אוועקגעשטעלט אופן געדאנק אז ווען דאס אידיש פאלק געפינט זיך אין א צרה, איז כביכול אויך דער אויבערשטער מיט זיי צוזאמען אין די צרה, און דערפאר ווען דער באשעפער העלפט פאר די אידן העלפט ער כביכול אויך זיך. די געדאנק ערשיינט אפאר מאל אין מדרשי חז"ל, און איז באזירט אויף די פסוקים {{ציטוטון|עִמּוֹ אָנֹכִי בְצָרָה|תהלים|צא|טו}} און {{ציטוטון|בְּכָל צָרָתָם לוֹ צָר|{{תנ"ך|ישעיהו|סג|ט}}}} און אזוי אויך אויף דרשות פון אסאך פסוקים.{{הערה|[[מכילתא דרבי ישמעאל]], פרשתא דפסחא, {{ויקיטקסט|מכילתא_על_שמות_יב#פסוק_מ_(כל_הפרק)(כל_הפסוק)|פרק י"ב, פסוק מ}}.}} די געדאנק איז ספעציעל פארבינדן צום מנהג פון הושענות נאך פון פריערדיגע צייטן: לויט [[רבי יהודה]] אין צייט פון די [[הושענות]] אין [[בית המקדש]] (ארומנעמען די [[מזבח]]) האט מען אויסגערופן "אני והו והוא הושיעה נא".{{הערה|{{משנה|סוכה|ד|ה}}.}} דער [[תלמוד ירושלמי]] טייטשט די אויסרוף לויט די אויבנדערמאנטע געדאנק, ווי עס מיינט צו בעטן דעם באשעפער אז ער זאל העלפן נישט נאר כלל ישראל נאר אויך אים אליין.{{הערה|{{ירושלמי|סוכה|ד|ג}}; {{בבלי|סוכה|מה|א|מפרש=תוספות|ד"ה=אני}}.}}{{מקור|וואס בינדט דער געדאנק צום פיוט}} | ||
==געבוי== | ==געבוי== |
רעוויזיע פון 20:29, 26 סעפטעמבער 2023
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ אֵלִֽים[א] בְּלֽוּד[ב] עִמָּֽךְ.[ג]
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ גּֽוֹי וֵֽאלֹהִֽים.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ הֲמֽוֹן צְבָאֽוֹת.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ זַכִּֽים מִבֵּֽית עֲבָדִֽים.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ טְבוּעִֽים בְּצֽוּל גְּזָרִֽים.[ז]
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ כַּנָּֽה[ט] מְשׁוֹרֶֽרֶת וַיּֽוֹשַׁע.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ מַֽאֲמַֽר וְהֽוֹצֵאתִֽי אֶתְכֶֽם.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ סֽוֹבְבֵֽי מִזְבֵּֽחַ.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ פִּלְאֵֽי אָרֽוֹן כְּהֻפְשַֽׁע.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ קְהִלּֽוֹת בָּבֶֽלָה שִׁלַּֽחְתָּ.
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ שְׁבֽוּת שִׁבְטֵֽי יַֽעֲקֹֽב.
|
כְּהוֹשַׁעְתָּ אֵלִים איז א פיוט הושענות וואס ווערט געזאגט אלס א טייל פונעם מנהג הושענות אום סוכות, לויט די מנהגי אשכנז און איטאליע. אינעם פיוט, בעטן די מתפללים פונעם באשעפער אז ער זאל זיי העלפן, פונקט ווי ער האט געהאלפן זייערע עלטערן אסאך מאל אין די אידישע היסטאריע, איבערהויפט ביי יציאת מצרים. עס איז אנגענומען עס צו באציען צו דעם פייטן רבי אלעזר הקליר, וואס האט גאוואוינט ווי אפגעשאצט אין ארץ ישראל אנפאנג דעם 7'טן יארהונדערט.[2]
אינהאלט פונעם פיוט
די צענטראלע טעמע פונעם פיוט איז אוועקגעשטעלט אופן געדאנק אז ווען דאס אידיש פאלק געפינט זיך אין א צרה, איז כביכול אויך דער אויבערשטער מיט זיי צוזאמען אין די צרה, און דערפאר ווען דער באשעפער העלפט פאר די אידן העלפט ער כביכול אויך זיך. די געדאנק ערשיינט אפאר מאל אין מדרשי חז"ל, און איז באזירט אויף די פסוקים
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ציטוטון
פאראמעטער [ 4, 3 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע ”עִמּוֹ אָנֹכִי בְצָרָה” (תהלים) און ”בְּכָל צָרָתָם לוֹ צָר” (ישעיהו סג, ט) און אזוי אויך אויף דרשות פון אסאך פסוקים.[3] די געדאנק איז ספעציעל פארבינדן צום מנהג פון הושענות נאך פון פריערדיגע צייטן: לויט רבי יהודה אין צייט פון די הושענות אין בית המקדש (ארומנעמען די מזבח) האט מען אויסגערופן "אני והו והוא הושיעה נא".[4] דער תלמוד ירושלמי טייטשט די אויסרוף לויט די אויבנדערמאנטע געדאנק, ווי עס מיינט צו בעטן דעם באשעפער אז ער זאל העלפן נישט נאר כלל ישראל נאר אויך אים אליין.[5][מקור פארלאנגט: וואס בינדט דער געדאנק צום פיוט]
געבוי
יעדע שורה אינעם פיוט פאנגט זיך אן מיט די ווארט "כהושעת", דערמאנענדיג די ישועה פונעם פארגאנגענהייט, און ענדיגט זיך מיט די ווערטער "כן הושע נא". אינדערמיט, ערשיינען צוויי שורות גראמען, וואס פארבריצירן אויך א אלפאבעט אַקראָסטיק.
דער סארט געבוי פון הושענות, וואס זענען געבויט לויט "כהושעת... כן הושע נא", איז זייער פאפלאריש, און נאך פייטנים האבן געשריבן אזעלכע הושענות, צווישן זיי רבי יוסף אבן אביתור, רבי מנחם ברבי מכיר, און רבי שמואל החסיד. אין א מערהייט קהילות איז געשאפן געווארן א מנהג צו ענדיגן יעדן טאג די הושענות מיט איין פיוט פון די סארט.[6]
אין די מנהגים פון דאווענען
אין נוסח אשכנז ווערט געזאגט די הושענא יעדן טאג פון די טעג פון סוכות נאכן ארומנעמען די בימה (ביים ארומנעמען זאגט מען א אנדער הושענא), אריינגערעכנט הושענא רבה, אויסער שבת חול המועד. אין פארגאנגענהייט זענען געווען קהילות (צווישן זיי ווירמייזא) וואס האבן זיך געפירט צו זאגן די הושענא נאר האלב פון די טעג, ווען די הושענא און די הושענא "כהושעת אב" פון רבי שמואל החסיד נוצן אלטערנאטיוו טאג נאך טאג.[7][8] אזוי האט מען זיך געפירט אויך ביי אסאך פון די קהילות פון צרפת, ווי עס שיינט אין סדר טרוייש.[9]
אין נוסח אשכנז, איז אנגענומען צו זאגן נאך די הושענא די לעצטע שורה פון די הושענא "כהושעת אב": ”כְּהוֹשַֽׁעְתָּ שֽׁוֹמְרֵֽי מִצְוֹֽת וְחוֹכֵֽי יְשׁוּעֽוֹת. אֵֽל לְמֽוֹשָׁעֽוֹת וְהוֹשִֽׁיעָה נָּֽא:”[8] אין די קהילות וואס מען האט זיך געפירט צו זאגן לסירוגין די צוויי הושענות, איז אין די טעג וואס מען האט געזאגט "כהושעת אב", האט מען צוגעלייגט ביים ענד די לעצטע שורה פון די הושענא ("כהושעת שבות...").[7]
אין נוסח איטאליע, ווערט געזאגט די הושענא ביים ארומנעמען די בימה (ווי א איינציגע הושענא) האלב פון די טעג, ווען די הושענא און די הושענא "אנא אזון חין" ניצן אלטערנאטיוו טאג איין טאג אויס. דערצו, ווערט געזאגט די הושענא שבת חול המועד, און הושענא רבה נאך די הקפות.[10] אויך אין נוסחיא איז איינגעפירט די הושענא.[11]
זעט אויך
אינדרויסנדע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
טעקסט אויף וויקיביבליאטעק: כהושעת אלים |
- כהושעת אלים בלוד עמך, אין היסטאָרישער ווערטערבוך פּראָיעקט פון דער אקאדעמיע פאר דער העברעאישער שפראך, מיט לעקסיקאלע אנאליטיק.
- "כהושעת אלים" אין:
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע דניאל גאלדשמידט און יונה פרענקל, מחזור לסוכות, שמיני עצרת ושמחת תורה לויט מנהגי בני אשכנז לכל ענפיהם, ירושלים תשמ"א, עמ' 181–182. - יעקב ראטשילד, "לסדר ההושענות בסוכות – 'אני והו הושיעה נא!'", מחניים לו (תשי"ט), אין וועבזייטל דעת.
ביאורים
- ↑ א צונאמען פאר פאלק ישראל, לויט ישעיהו סא, ג.
- ↑ א צונאמען פאר מצרים, לויט בראשית י, יג.
- ↑ דאס מיינט, אזוי ווי דו האסט געהאלפן אידן אין מצרים, כביכול האסטו געהאלפן אויך זיך.
- ↑ נישט נאר דאס פאלק, כלל ישראל, זענען צו געקומען צו גאט'ס הילף, נאר אויך גאט אליין איז געהאלפן געווארן מיט זיי. די שורה איז לויט ”עַמְּךָ אֲשֶׁר פָּדִיתָ לְּךָ מִמִּצְרַיִם גּוֹיִם וֵאלֹהָיו” (שמואל ב' ז, כג) און די דרש פון רבי עקיבא אויפן פסוק אין תלמוד ירושלמי, מסכת סוכה, פרק ד', הלכה ג' און פאראלעלע.
- ↑ די ישועה איז נישט נאר געווען פאר צבאות ישראל (לויט שמות יב, מא), נאר אויך פאר מלאכים.
- ↑ אין שעבוד מצרים, האבן די מצרים כביכול אויך משעבד געווען גאט, וואס וערט אנגערופן 'חנון'.
- ↑ גזרי הים. "צול" איז א צונאמען צו די טיפענישן פון ים ע"ש ישעיהו מד, כח.
- ↑ ווען גאט האט געהאלפן פאר פאלק ישראל וואס איז אריבער ביים קריעת ים סוף, האבן די אידן אריבער געפירט דער באשעפערס כבוד אין ים. מיטן אריבערגאנג פון גאטס כבוד אין ים סוף ווערט ווידער ארויסגעברענגט די פרינציפ אז די ישועה איז אויך א ישועה פארן באשעפער (ווי עס ערשיינט אין די אויבנדערמאנטע מכילתא).
- ↑ צונאמען צו פאלק ישראל, לויט תהלים פ, טז.
- ↑ די ווארט "וַיּוֹשַׁע" וואס ערשיינט אין פארבינדונג צום באשעפער הילף ביי קריעת ים סוף (פאר שירת הים, שמות יד, ל), ווערט גע'דרש'נט כאילו ווי עס ווערט געליינט "וַיִּוָּשַׁע", און דעמאלטט באציט זי זיך צו "גוחה", דאס מיינט איר באשעפער, דאס איז גאט. דאס איז לויט די דרש פון רבי מאיר אין מדרש תנחומא פרשת אחרי מות, אות י"ב.
- ↑ די ווערטער "והוצאתי אתכם מתחת סבלות מצרים" (שמות ו, ו) קען מען ליינען ווי כאילו עס שטייט "וְהוּצֵאתִי אִתְּכֶם", און דעמאלט איז טייטש אז גאט איז ארויס צוזאמען מיט די אידן פון מצרים.
- ↑ דער פייטן באציט זיך צו מצוות ערבה אין בית המקדש און צום ארומנעמען די מזבח וואס איז פארגעקומען אין בית המקדש, און בעט אז גאט זאל רעכענען די הושענות וואס ווערן געזאגט אין שול ווי א זכר למקדש כאילו זיי ווערן געזאגט ביים ארומנעמען די מזבח אין בית המקדש.
- ↑ דער פייטן דעמאנסטירט די פרינציפ פונעם דערביי-זיין פון גאט אין א צרה צוזאמען מיט אידן און די ישועה פון די צרה דורך די מעשה פון פאנגען די ארון הברית דורך די פלשתים אלס א טייל פון באזיגן אידן ביי מלחמת אבן העזר. אין ענדע, זענען די פלשתים געווען געצווינגען צו צוריק קערן די ארון נאך וואס זיין וויילן ביי זיי האט צוגעברענגט א מגפה (שמואל א' ה).
- ↑ דער פייטן גייט איבער צו גלות בבל, און ציטירט די דרשת חז"ל אויפן פסוק ”לְמַעַנְכֶם שִׁלַּחְתִּי בָבֶלָה” (ישעיהו מג, יד) וואס ווערט גע'דרש'נט ווי כאילו עס איז געשריבן געווארן "שֻׁלַּחְתִּי", און עס לערנט אז אויך אין גלות בבל, האט די שכינה גולה געווען קיין בבל צוזאמען מיטן אידישן פאלק.[1]
- ↑ פונקט ווי דו האסט געהאלפן די גולי בבל און דו האסט זיי צוריק געקערט, אזוי זאלסטו צוריק ברענגען די שבות אהלי יעקב צו א גענצליכע אוסלייזונג. דער פייטן האט געשריבן "תשוב ותשיב", לויט די דרשת חז"ל אויף דברים ל, ג אז די לשון "ושב ה' את שבותך" אין א בניין קל (און נישט "השיב"), לערנט אז ביי די גאולה קערט זיך אויך גאט צוריק פונעם גלות, און נישט נאר אז ער קערט צוריק די אידן. די דרש ווענדט ער אן אויך אויפן לשון הפסוק "הנני שב את שבות אהלי יעקב" (ירמיהו ל, יח).
רעפערענצן
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת תענית, פרק א', הלכה א'; מגילה כט, א.
- ↑ יונה פרנקל, מחזור לסוכות, שמיני עצרת ושמחת תורה לפי מנהגי בני אשכנז לכל ענפיהם, ירושלים תשמ"א, מבוא, עמ' לט.
- ↑ מכילתא דרבי ישמעאל, פרשתא דפסחא, פרק י"ב, פסוק מ.
- ↑ משנה, סוכה ד, ה.
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת סוכה, פרק ד', הלכה ג'; תוספות, סוכה מה, א, ד"ה אני.
- ↑ פרנקל, מחזור לסוכות, שמיני עצרת ושמחת תורה, ירושלים תשמ"א, מבוא, עמ' מ–מא.
- ↑ 7.0 7.1
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יוזפא שמש, מנהגים דק"ק וורמיישא, מכון ירושלים תשמ"ח, סי' קג. - ↑ 8.0 8.1
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אברהם אפשטיין, ר' שמואל החסיד בר' קלונימוס הזקן, ברדיטשוב תרס"ד, עמ' 17–18. - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע סדר טרוייש, פרנקפורט דמיין תרס"ה, עמ' 34. אויך אין מחזור ויטרי ערשיינען די צוויי הושענות צו זאגן נאך די הושענות וואס טוישן זיך(
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע מחזור ויטרי, מקיצי נרדמים, ברלין תרנ"א, חלק ב', סי' שצא–שצב). - ↑ וועגן די פונקטליכע צוטיילן פון די הושענות צווישן די טעג זענען דא חילוקי מנהגים.
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי מנחם עמנואל הרטום, מחזור איטלייני כמנהג כל הקהילות, ירושלים תשס"ה, כרך ב' עמ' 851 ואילך; הלל משה סרמוניטה ואנג'לו מרדכי פיאטלי, מחזור לסוכות כמנהג בני רומה, ירושלים תשע"ה, עמ' קמז. - ↑ סדור תפלות השנה כמנהג קהלותיא, ונציה רפ"ג, דף תי ע"א.
סוכות | ||
---|---|---|
טעג | יום טוב ראשון • חול המועד סוכות • הושענא רבא • שמיני עצרת • שמחת תורה | |
סוכה | סכך • עסן אין סוכה • שלאפן אין סוכה • לישב בסוכה • אושפיזין • מצטער פטור מן הסוכה • תשבו כעין תדורו • מעמיד • דופן עקומה • הלכות סוכה | |
ארבעה מינים | אתרוג, לולב, הדס און ערבה • הלכות ארבעת המינים • קיישעלע | |
מנהגים | הושענות • הקפות • חיבוט ערבה • זכר לשמחת בית השואבה • תיקון ליל הושענא רבא | |
מצוות בזמן בית המקדש |
מצוות ערבה במקדש • הקפת המזבח • ניסוך המים • שמחת בית השואבה • הקהל • שלמי שמחה | |
שמיני עצרת און שמחת תורה | תפילת גשם • וזאת הברכה • שמחת תורה פאן • הקפות פון שמחת תורה • הקפות שניות | |
תפילות און פיוטים | הושענות (כהושעת אלים) • פיוטי הגשם (אף ברי · זכור אב · שפעת רביבים) • מפי קל • סוכה ולולב לעם סגולה • משה אמת | |
פארשידנס | שמחת יום טוב • מסכת סוכה • סהרנה | |
קאטעגאריע:פיוטים לסוכות קאטעגאריע:פיוטי רבי אלעזר בירבי קליר
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער