אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שאול אלטער"
ק (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ") |
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט רוי:שאול אלטער צו רוי:רבי שאול אלטער אן לאזן א ווייטערפירונג) |
רעוויזיע פון 18:56, 24 אויגוסט 2023
געבורט | ז' תמוז תשי"ז (יארגאנג: 67) |
---|
רבי שאול אלטער (געב' ז' תמוז תשי"ז), גערער ראש ישיבה, איז א מנהיג פאר א קבוצה פון גערער חסידים, און דער געוועזענער ראש ישיבה פון שפת אמת, די הויפט ישיבה פון גער, אין ירושלים.
ביאגראפיע
רבי שאול איז געבוירן געווארן אין ירושלים אין תשי"ז צו זיין פאטער רבי פינחס מנחם אלטער (דעמאלסט ראש ישיבה פון שפת אמת, און שפעטער גערער רבי) און צו זיין מוטער צפורה, אן אייניקל פון רבי משה בצלאל אלטער און דעם וויערשאווער רב.
ער האט געהייראט מרת נעמי, א טאכטער פון ר' חיים דוב רובינשטיין. ער האט צוויי זין און צוויי טעכטער.
אין תשנ"ג האט מען אים באשטימט ראש ישיבה פון שפת אמת. אין תשע"ו האט זיך די ישיבה פארמאכט.
קהילת פני מנחם
מיט דער צייט, נאכדעם וואס מען האט פארשיקט פילע פון זיינע חסידים פון גערער מוסדות און שטיבלעך, צוליב וואס זיי זענען געקומען מיטהאלטן זיינע תפילות און טישן, האט ער עמטליך געגרינדעט אן אייגענע קהילה, אפגעטיילט פון גור, אונטער דעם נאמען קהילת פני מנחם. ער האט געעפנט אין ירושלים אן אייגענע שול, כולל און מוסדות.
מוסדות
אין דעם רוממה געגנט אין ירושלים שטייט די ישיבה גדולה אונטער דער פירערשאפט פון הרב מענדל שאפראן; א ישיבה קטנה אונטער דער פירערשאפט פון זיין ברודער רבי דניאל חיים אלטער, און א חדר, וואס געפינט זיך אין דעם מקור ברוך געגנט.
אין אמעריקע דערווייל זענען ביידע אפטיילונגען פון דער חסידות אינאיינעם אין רוב שטיבלעך. דער חדר איז אפגעטיילט, און די חסידים פונעם ראש ישיבה פירן היינט די תלמוד תורה "יגדיל תורה" אין ניו יארק.
ספרים
- עברא דדשא (דרשות)[1]
- לצדדין קתני
וויעבלינקען
- בילדער גאלעריע פון א שבת אין בארא פארק
- זיינע שיעורים אויף תורה עניטיים
- א באריכט איבער דער שול וואס ער גייט בויען
נטע סלע, חסיד, גור לך, אויף ynet, 20סטן פעברואר 2007
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!