אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באַניצער:תנא קמא/רבי יהודה אריה ממודינא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:רבי יהודה אריה ממודינא צו באַניצער:תנא קמא/רבי יהודה אריה ממודינא אן לאזן א ווייטערפירונג: לויט עברי'ס האמבלד אפיניאן...)
 
(קיין אונטערשייד)

יעצטיגע רעוויזיע זינט 20:27, 30 יולי 2023


Leone Modena

ער האט געלעבט אין ווענעציע צווישן יאר של"א און ת"ח.

ווי ער שרייבט אליינס אין זיינע ספרים פלעגט ער דורכפאלן מיט געמבלען.

בשיטה האט ער געהאלטן אז גיין מיט א קאפל איז מידת החסידות און פלעגט זיך אפט דרייען הוילקעפיג (זעה בילד).

ער האט מפקפק געווען אויב זוה"ק איז פון רשב"י,און האט מחבר געווען א ספר "ארי נוהם" וואס איז גענוצט געווארן אלץ א וואפן דורך די משכילים ימח שמם וויבאלד ער פארפירט דארט קעגן חכמת הנסתר (ביי אונז איז געווען מקובל אז ווער עס לייקנט אפן בנסתר , לייקנט באהאלטנערהייט בנגלה רח"ל), און האט אויך מפקפק געווען אין עניני גלגול.

רוב כלל ישראל הייבט אן די הייליגע טעג מיט א פיוט וואס ער האט מחבר געווען. דער פיוט איז "יום זה יהי משקל כל חטאתי" פון יום כיפור קטן, א טייל כלל ישראל זאגט דאס יעדן ער"ח און רוב זאגן דאס ער"ח אלול (אגב יש אומרים אז דאס איז זיין יארצייט, אבער לכאורה איז עס נישט אמת, זיין יארצייט איז ערגעץ אדר). עס זענען טאקע יא דא אסאך וואס האלטן אז מ׳דארף דאס ארויסשניידן, אבער מיר זענען נישט קיין גרים און מיר טוען וואס אונזערע עלטערן האבן געטוהן

מיר טרעפן דער חיד"א שרייבן פאזיטיוו אויף אים, אין ספר שם הגדולים (מערכת גדולים אות י׳ סימן י"ד) שרייבט ער בשמו אז ער האט נישט געגלייבט אין גילגולים, ביז איינמאל האט זיין שכן אים גערופן אלס רב צו זאגן פסוקים ודברי תורה ביי יציאת נשמה פון א ביטער קראנקע זעקס חדשים׳דיג קינד, און בשעת יציאת נשמה האט דאס קינד געעפנט זיינע אויגן און געזאגט שמע ישראל, ויצתה נשמתו באחד, פון דעמאלטס האט ער געגלייבט אין גילגול.