אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שבת חזון"
ק (אויסדרוק) |
(←מנהגים: הגהה המשך, פארברייטערט און אויסשטעל (נישט אלעס דער זעלבער אשכנז'ישער מנהג)) |
||
שורה 14: | שורה 14: | ||
== מנהגים == | == מנהגים == | ||
טראץ דעם וואס אין שבת גייט נישט אן קיין דיני אבילות, פירן זיך א טייל קהילות אין דעם שבת מיט פארשידענע מנהגים וועלכע דערמאנען די אבילות. אין טייל אשכנז'ישע פלעצער פירט מען זיך, לויט דער פסק פון [[רמ"א]]{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תקנא|א|מפרש=רמ"א}}}} אז מען טוט נישט אן די [[בגדי שבת]] דעם שבת און מען טוישט נאר די העמד. אין רוב פלעצער פירט מען זיך נישט אזוי{{הערה|דער [[גר"א]] האלט אז מען זאל יא אנטון די שבת'דיגע בגדים, און אזוי פירט מען זיך אויך ביי חסידים.}}, אבער די יום טוב'דיגע בגדים טאר מען זיך נישט אנטון{{הערה|אשל אברהם (בוטשאטש)}}. אויך די פרוכת פירט מען זיך אין רוב פלעצער צו לייגן די געווענליכע | טראץ דעם וואס אין שבת גייט נישט אן קיין דיני אבילות, פירן זיך א טייל קהילות אין דעם שבת מיט פארשידענע מנהגים וועלכע דערמאנען די אבילות. אין טייל אשכנז'ישע פלעצער פירט מען זיך, לויט דער פסק פון [[רמ"א]]{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תקנא|א|מפרש=רמ"א}}}} אז מען טוט נישט אן די [[בגדי שבת]] דעם שבת און מען טוישט נאר די העמד. אין רוב פלעצער פירט מען זיך נישט אזוי{{הערה|דער [[גר"א]] האלט אז מען זאל יא אנטון די שבת'דיגע בגדים, און אזוי פירט מען זיך אויך ביי חסידים.}}, אבער די יום טוב'דיגע בגדים טאר מען זיך נישט אנטון{{הערה|אשל אברהם (בוטשאטש)}}. אויך די פרוכת פירט מען זיך אין רוב פלעצער צו לייגן די געווענליכע פון שבת, אויסער ווען תשעה באב זעלבסט געפאלט אין שבת וואס דאן פירט מען זיך אין טייל צו לייגן די וואכענדיגע פרוכת{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תקנא|א|מפרש=רמ"א}}; מנהג [[פאפא (חסידות)|פאפא]], לויט ווי געברענגט אין נטעי גבריאל הלכות בין המצרים פרק מ"ד.}}. | ||
אין אשכנז'ישע קהילות פירט מען זיך צו זינגען דעם פיוט [[לכה דודי]] ביי [[קבלת שבת]] מיטן ניגון פון "[[אלי ציון ועריה]]"; ביי [[חסידים]] האט מען זיך אבער שטארק קעגנגעשטעלט דערצו{{הערה|דברי תורה חלק ששי, אות צ"ח; סידור צלותא דאברהם, עמוד תמ"ד}}. | |||
אין טייל פלעצער פירט מען זיך אז דעם פסוק "איכה אשא לבדי טרחכם ומשאכם וריבכם", וואס שטייט אין די פרשה פון דער וואך, ליינט מען אין די תורה מיטן נוסח פון [[מגילת איכה]]{{הערה|אשל אברהם (בוטשאטש), סימן קל"ח. זעט אויך: שם משמואל על התורה, פרשת דברים; לקט הקמח החדש, או"ח השמטות לסימן קמ"ג סק"ח}}. אין אסאך קהילות איז דער מנהג צו זאגן די הפטורה מען מיט די טראפן פון מגילת איכה{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|רפב|מפרש=מגן אברהם}} ס"ק י"ד, בשם ריב"ש; קיצור שלחן ערוך, סימן קכ"ב סעיף י"ז; שערי אפרים, שער ט' סעיף כ"ז; שו"ת התעוררות תשובה, אורח חיים סימן שנ"ד; דרכי חיים ושלום, אות תרס"א; תולדות ערוגת הבושם, חלק שני עמוד קצ"ח.}}. אנדערע פירן זיך אבער נישט צו טוישן פון אנדערע שבתים{{הערה|מחזיק ברכה אורח חיים סימן תקנ"א; זכור לאברהם, אורח חיים אות ט'; [[רבי אברהם ישעיהו קארעליץ]], לויט ווי געברענגט אין נטעי גבריאל הלכות בין המצרים פרק מ"ז.}}. | |||
אין מערב אשכנז'ישע פלעצער זאגט מען דעם שבת די פיוטים וואס מען זאגט פאר שבועות, דאס הייסט דער פיוט אהבה "אותך כל היום קוינו" פון רבי אפרים בן יצחק מרגנשבורג און "א-להים באזנינו שמענו" פונעם ראב"ן. אזוי אויך אין רוב פון די קהילות זאגט מען "אב הרחמים" נאר אין די שבת, און אינעם שבת פאר שבועות{{הערה|סדר עבודת ישראל, רעדלהיים תרכ"ח, עמ' 233}}. אין טייל אשכנז'ישע קהילות זאגט מען אויך א קורצן יזכור דעם שבת{{הערה|מחזור שבחי ישורון, נוא יארק תשע"ו, עמ' 549 ואילך.}}. | אין מערב אשכנז'ישע פלעצער זאגט מען דעם שבת די פיוטים וואס מען זאגט פאר שבועות, דאס הייסט דער פיוט אהבה "אותך כל היום קוינו" פון רבי אפרים בן יצחק מרגנשבורג און "א-להים באזנינו שמענו" פונעם ראב"ן. אזוי אויך אין רוב פון די קהילות זאגט מען "אב הרחמים" נאר אין די שבת, און אינעם שבת פאר שבועות{{הערה|סדר עבודת ישראל, רעדלהיים תרכ"ח, עמ' 233}}. אין טייל אשכנז'ישע קהילות זאגט מען אויך א קורצן יזכור דעם שבת{{הערה|מחזור שבחי ישורון, נוא יארק תשע"ו, עמ' 549 ואילך.}}. |
רעוויזיע פון 15:07, 26 יולי 2023
שבת חזון (אדער שבת איכה) איז דער שבת פאר תשעה באב און דער לעצטער פון די תלת דפורענותא שבתים. עס געפאלט אויס אינמיטן די ניין טעג, און פון די שבת און ווייטער הייבט זיך אן שבוע שחל בו תשעה באב, וועלכע האט הארבערע דיני אבלות. די פרשת השבוע פון דעם שבת איז אלעמאל פרשת דברים.
דער שבת ווערט אזוי גערופן ווייל דעמאלט זאגט מען אין רוב קהילות די הפטורה פון "חזון ישעיהו בן אמוץ" (ישעיהו א), וואו ישעיהו הנביא מוסר'ט די אידן אין א נבואה אויף זייערע שלעכטע מעשים וועלכע וועלן צוברענגען דעם חורבן בית המקדש, און ער זאגט פאר אז נאר נאך די שווערע שטראפן וואס השי"ת וועט זיי געבן וועלן זיי צוריקקומען צו זייער ריכטיגן שטאנד.
מקור און הפטורה
שבת חזון איז דער לעצטער פון די "תלת דפרענותא", די הפטורות פון שטראף רייד וואס מען זאגט אין די דריי שבתות פאר תשעה באב[1]. מען טרעפט שוין אין די צייטן פון די ראשונים אז דער שבת איז געווארן גערופן "שבת חזון"[2].
דער מנהג איז אז דער רב פון שטאט זאגט די הפטורה פון חזון[3]. דער טעם איז ווייל עס שטייט דארט "שָׂרַיִךְ סוֹרְרִים", וואס מיינט אז די מנהיגי ישראל זענען ווידערשפעניגער, און עס איז בעסער צו ווערן פארשעמט פון זיך אליין ווי איידער פון א צווייטן[4].
אין טייל קהילות תימן פירט מען זיך אז מען צעטיילט דעם קאפיטל און "חזון" ליינט מען שוין אין די צווייטע שבת פון בין המצרים, און אין דעם שבת פאר תשעה באב הייבט מען אן פון "אֵיכָה הָיְתָה לְזוֹנָה" (פסוק כא)[5].
אין טייל קהילות אין צפון אפריקע זאגט מען די הפטורה פון "מַשָּׂא גֵיא חִזָּיוֹן" (ישעיהו כב, א–יד)[6].
מנהגים
טראץ דעם וואס אין שבת גייט נישט אן קיין דיני אבילות, פירן זיך א טייל קהילות אין דעם שבת מיט פארשידענע מנהגים וועלכע דערמאנען די אבילות. אין טייל אשכנז'ישע פלעצער פירט מען זיך, לויט דער פסק פון רמ"א[7] אז מען טוט נישט אן די בגדי שבת דעם שבת און מען טוישט נאר די העמד. אין רוב פלעצער פירט מען זיך נישט אזוי[8], אבער די יום טוב'דיגע בגדים טאר מען זיך נישט אנטון[9]. אויך די פרוכת פירט מען זיך אין רוב פלעצער צו לייגן די געווענליכע פון שבת, אויסער ווען תשעה באב זעלבסט געפאלט אין שבת וואס דאן פירט מען זיך אין טייל צו לייגן די וואכענדיגע פרוכת[10].
אין אשכנז'ישע קהילות פירט מען זיך צו זינגען דעם פיוט לכה דודי ביי קבלת שבת מיטן ניגון פון "אלי ציון ועריה"; ביי חסידים האט מען זיך אבער שטארק קעגנגעשטעלט דערצו[11].
אין טייל פלעצער פירט מען זיך אז דעם פסוק "איכה אשא לבדי טרחכם ומשאכם וריבכם", וואס שטייט אין די פרשה פון דער וואך, ליינט מען אין די תורה מיטן נוסח פון מגילת איכה[12]. אין אסאך קהילות איז דער מנהג צו זאגן די הפטורה מען מיט די טראפן פון מגילת איכה[13]. אנדערע פירן זיך אבער נישט צו טוישן פון אנדערע שבתים[14].
אין מערב אשכנז'ישע פלעצער זאגט מען דעם שבת די פיוטים וואס מען זאגט פאר שבועות, דאס הייסט דער פיוט אהבה "אותך כל היום קוינו" פון רבי אפרים בן יצחק מרגנשבורג און "א-להים באזנינו שמענו" פונעם ראב"ן. אזוי אויך אין רוב פון די קהילות זאגט מען "אב הרחמים" נאר אין די שבת, און אינעם שבת פאר שבועות[15]. אין טייל אשכנז'ישע קהילות זאגט מען אויך א קורצן יזכור דעם שבת[16].
די ספרדים פירן זיך ווי דער מחבר אז שבת פאר א תענית מאכט מען אן הכרזה צו מודיע זיין ווען דער תענית געפאלט, אבער שבת פאר תשעה באב איז איינע פון די דריי פעלער ווען מען רופט נישט אויס[17], און די טעם איז ווייל די תענית איז באקאנט פאר יעדעם איינעם צוליב דעם וואס מען גרייט זיך שוין צו דעם דריי וואכן בעפאר[18].
אין חסידות
אין חסידישע פלעצער האט מען ארויסגעהויבן די גרויסקייט פון דעם שבת. חסידישע רביים האבן געזאגט אז די שבת איז די גרעסטע שבת פון יאר, צוליב דעם וואס פאר מען געזעגנט זיך פון א נאנטן איז די ליבשאפט אסאך גרעסער, און תשעה באב ווערט נתעורר דאס גיין פון אידן אין גלות און ווערן דערווייטערט פונעם אויבערשטן, דעריבער איז פארדעם דא א גרעסערע ליבשאפט צווישן דעם אויבערשטן און די אידן[19]. אין צאנז איז מען געפארן דעם שבת צו צדיקים[20].
אזוי אויך שטייט פון צדיקים אז די שבת זאל מען דאווענען מיט גרויס כוונה, ווייל אין דעם שבת ווערן נתעלה אלע תפילות פון א גאנץ יאר[21].
דעם שבת זענען דא וואס פירן זיך צו מקבל שבת זיין פריער[22].
רעפערענצן
- ↑ טור, אורח חיים, סימן תכ"ח בשם הפסיקתא
- ↑ ספר הרוקח סימן שיא; תשובת הריב"ש סימן קי"ב.
- ↑ מגן אברהם, אורח חיים, סימן רפ"ב
- ↑ ליקוטי חבר בן חיים
- ↑ אזוי האלט דער רמב"ם,
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ג, הלכה י"ט. אין די רשימה פון הפטורות אין רמב"ם סוף ספר אהבה דערמאנט ער אינגאנצן נישט די הפטורות פון די תלת דפרענותא, נאר ער רעכנט אויס הפטורות בשייכות צו די פרשיות. - ↑ מען טרעפט שוין אזא מנהג אין די ווערטער פון רב שרירא גאון (אוצרות הגאונים, מגילה סימן רמ"ב).
- ↑ רמ"א, אורח חיים, סימן תקנ"א, סעיף א'
- ↑ דער גר"א האלט אז מען זאל יא אנטון די שבת'דיגע בגדים, און אזוי פירט מען זיך אויך ביי חסידים.
- ↑ אשל אברהם (בוטשאטש)
- ↑ רמ"א, אורח חיים, סימן תקנ"א, סעיף א'; מנהג פאפא, לויט ווי געברענגט אין נטעי גבריאל הלכות בין המצרים פרק מ"ד.
- ↑ דברי תורה חלק ששי, אות צ"ח; סידור צלותא דאברהם, עמוד תמ"ד
- ↑ אשל אברהם (בוטשאטש), סימן קל"ח. זעט אויך: שם משמואל על התורה, פרשת דברים; לקט הקמח החדש, או"ח השמטות לסימן קמ"ג סק"ח
- ↑ מגן אברהם, אורח חיים, סימן רפ"ב ס"ק י"ד, בשם ריב"ש; קיצור שלחן ערוך, סימן קכ"ב סעיף י"ז; שערי אפרים, שער ט' סעיף כ"ז; שו"ת התעוררות תשובה, אורח חיים סימן שנ"ד; דרכי חיים ושלום, אות תרס"א; תולדות ערוגת הבושם, חלק שני עמוד קצ"ח.
- ↑ מחזיק ברכה אורח חיים סימן תקנ"א; זכור לאברהם, אורח חיים אות ט'; רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, לויט ווי געברענגט אין נטעי גבריאל הלכות בין המצרים פרק מ"ז.
- ↑ סדר עבודת ישראל, רעדלהיים תרכ"ח, עמ' 233
- ↑ מחזור שבחי ישורון, נוא יארק תשע"ו, עמ' 549 ואילך.
- ↑ מחבר אין שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תק"נ, סעיף ד'
- ↑ ארחות חיים
- ↑ אוהב ישראל
- ↑ י"ג אורות לבית צאנז עמ' רנג
- ↑ תכלת מרדכי (בערזשאן) בשם רבי אורי מסטרעליסק זצ"ל
- ↑ בנין שלמה בשם הרבי מהרא"י מסאדיגורא זצ"ל, ובגליון פרי הכרם בשם הרבי מהר"ש מבאבוב זצ"ל
די טרויער טעג אויפ'ן חורבן בית המקדש | ||
---|---|---|
ארבע תעניות | עשרה בטבת • שבעה עשר בתמוז • תשעה באב • צום גדליה | |
בין המצרים | תלת דפורענותא • ניין טעג • שבת חזון • שבוע שחל בו תשעה באב • שבע דנחמתא | |
סיפורים וקינות | חורבן בית המקדש השני • קינות לתשעה באב • מגילת איכה |
אידישע צייטן און ימים טובים | ||
---|---|---|
ימים טובים מן התורה | ראש השנה • יום כיפור • סוכות • שמיני עצרת • ערב פסח • פסח • שביעי של פסח • פסח שני • שבועות • חול המועד | |
פייערטעג מדרבנן אדער מנהג | אסרו חג • הושענא רבא • שמחת תורה • חנוכה • חמשה עשר בשבט • פורים • ל"ג בעומר • חמשה עשר באב | |
ספעציעלע טעג | שבת • ראש חודש • חודש אלול • עשרת ימי תשובה • פורים קטן • ספירת העומר • בין המצרים • ראש השנה למלכים ולרגלים | |
תעניות חובה | צום גדליה • עשרה בטבת • תענית אסתר • שבעה עשר בתמוז • תשעה באב | |
תעניות רשות | יום כיפור קטן • תענית בכורים • כ' סיון • שובבי"ם • תענית בה"ב • תעניות גשמים • ז' אדר | |
ספעציעלע שבתים | שבת מברכים • שבת שובה • שבת שירה • שבת שקלים • שבת זכור • שבת פרה • שבת החודש • שבת הגדול • שבת חזון • שבת נחמו | |
פייערטעג פון קהילות | יום שמחת כהן • סיגד • י"ט כסלו • פורים שני • בסיסה • מימונה • סהרנה | |
קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.