אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ישעיהו זילבערשטיין"
ק (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ") |
ק (החלפת טקסט – "ניו יורק" ב־"ניו יארק") |
||
שורה 32: | שורה 32: | ||
==קוועלער== | ==קוועלער== | ||
* אשר זלקא ראנד (רעדאקטאר), [http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=6562&pgnum=60 "הרב ר' ישעיה זילברשטיין זצ"ל", תולדות אנשי שם ח"א], ניו | * אשר זלקא ראנד (רעדאקטאר), [http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=6562&pgnum=60 "הרב ר' ישעיה זילברשטיין זצ"ל", תולדות אנשי שם ח"א], ניו יארק, תש"י, עמ' 49. | ||
==זיינע ספרים== | ==זיינע ספרים== |
רעוויזיע פון 14:20, 9 מאי 2023
געבורט | ה'תרי"ח |
---|---|
טויט | כ"ה תמוז ה'תר"ץ (אלט: 72 בערך) |
טעטיקייט ארט | ווייטצען |
זיינע רביס | דער כתב סופר, רבי חיים הערש מאנהיימער |
חיבורים | וכתורה הזאת, מעשי למלך |
הרב ישעיהו זילבערשטיין (ה'תרי"ח, 1858 - כ"ה תמוז ה'תר"ץ, דעם 21טן יולי 1930) איז געווען אן אונגארישער ארטאדאקסישער רב, ראש ישיבה און רב אין ווייטצען, מחבר פון "מעשי למלך" אויפן משנה תורה פונעם רמב"ם.
לעבנס געשיכטע
הרב ישעיהו זילבערשטיין איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל זענטא צו זיין פאטער הרב דוד לייב זילבערשטיין, דער רב אין זענטא. ווען ער איז געווען איין יאר אלט, איז זיין משפחה ארויף אין ארץ ישראל. זיי זענען געבליבן אכט יאר אין ארץ ישראל. אין זיינע קינדערישע יארן האט ער געלערנט אין דער עץ חיים תלמוד תורה אין ירושלים. ווען די פאמיליע האט זיך געצויגן צוריק קיין אונגארן, האט ער געלערנט ביים כתב סופר אין פרעשבורג.
ער האט פארהייראט די טאכטער פון הרב משה צבי שטערן פון אלישטאל און סערעדהעלי. נאך איר פטירה, האט ער חתונה געהאט בזיווג שני מיט לאה, די טאכטער פון הרב משה סג"ל פאלאק, רב אין באניהאד.
אין ה'תרנ"ו, 1896, איז ער געווארן רב פון ווייטצען (העב'), ביז זיין פטירה אין כ"ה תמוז ה'תר"ץ, 21סטן יולי 1930.
א פאר הונדערט בחורים האבן געלערנט אין זיין גרויסער ישיבה אין ווייטצען, פילע פון זיי זענען שפעטער געווען חשובע רבנים.
זיין משפחה
זין: הרב אהרן זילבערשטיין, און הרב דוד לייב זילבערשטיין (דער אייניקל), מח"ס "יד דוד".
זיין איידעם איז געווען הרב יוסף יונה צבי הורוויץ גאב"ד אונסדארף און פראנקפורט, און שפעטער אין די פאראייניגטע שטאטן.
קוועלער
- אשר זלקא ראנד (רעדאקטאר), "הרב ר' ישעיה זילברשטיין זצ"ל", תולדות אנשי שם ח"א, ניו יארק, תש"י, עמ' 49.
זיינע ספרים
- וכתורה הזאת, וואיטצען תר"ס.
- מעשי למלך - חלק ראשון, וואיטצען תרע"ג.
- מעשי למלך - חלק שני, אונגוואר תר"ץ.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!