אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי מרדכי טווערסקי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏ליינט מער: פארברייטערט)
שורה 102: שורה 102:
{{מיון רגיל:טווערסקי, מרדכי}}
{{מיון רגיל:טווערסקי, מרדכי}}


[[:קאטעגאריע:אדמו"רי בית טשערנאביל]]
[[:קאטעגאריע:טשערנאבל|מרדכי]]
[[:קאטעגאריע:רבנים אוקראינים]]
[[:קאטעגאריע:רוסישע אדמורי"ם]]
[[:קאטעגאריע:מחברי ספרי חסידות]]
[[:קאטעגאריע:מחברי ספרי חסידות]]
[[:קאטעגאריע:משפחת טווערסקי]]
[[:קאַטעגאָריע:טווערסקי פאמיליע]]
[[:קאטעגאריע:אדמו"רים אוקראינים]]
[[:קאַטעגאָריע:אוקראינער אידן]]
[[:קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[HE:רבי מרדכי טברסקי מצ'רנוביל]]
{{וח}}
{{וח}}

רעוויזיע פון 12:14, 9 מאי 2023


טשערנאבלער מגיד
רבי מרדכי טווערסקי
דער אוהל אויפן ציון אין אנאטיווקא
דער אוהל אויפן ציון אין אנאטיווקא
געבורט 1770
ה'תק"ל
טשערנאביל
פטירה כ' אייר ה'תקצ"ז (אלט: 67 בערך)
קיעוו
כינוי רבי מאטעלע טשערנאבלער
מקום קבורה אנאטיווקא
מדינה אוקראינע
וואוין אָרט טשערנאביל
טעטיגקייט אָרט טשערנאביל און ארום
תקופת הפעילות י"א חשוון ה'תקנ"חכ' אייר ה'תקצ"ז (39 יאָרן)
תחומי עיסוק אדמו"ר
תפקידים נוספים מגיד מישרים
רבי'ס דער מאור עינים
תלמידים רבי ישראל דב פון ווילעדניק, רבי אברהם דוב אויערבאך, רבי ישראל יוסף גינזבורג.
ספרים ליקוטי תורה
ווייב
  • זוו"ר: חיה שרה (פערלאוו)
  • זוו"ש: פייגא (לייקעס)
דינאסטיע צווייטער
צאל קינדער 11
חותנים
צווייטער טשערנאבילער רבי
י"א חשוון ה'תקנ"חכ' אייר ה'תקצ"ז

רבי מרדכי טווערסקי, (ווערט אנגערופן: טשערנאבילער מגיד; ה'תק"ל - כ' אייר ה'תקצ"ז) איז געווען דער צווייטער טשערנאבילער רבי. זיינע אלע זון זענען אויך געווען רבי'ס, טייל נאך ווען ער האט געלעבט, שטייענדיג אין שפיץ פון די גרויסע חסיד'ישע הויפן טשערנאביל, טריסק, טאלנא, סקווירא און רחמיסטריווקא, צווישן אנדערע.

ביאגראפיע

געבוירן אין טשערנאביל צו שרה און צו רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, א תלמיד פון בעל שם טוב און פון רבי דוב בער פון מעזריטש און מחבר פון ספר מאור עינים.

זיין ערשטע פרוי, חיה שרה, איז געווען א טאכטער פון רבי אהרן הגדול פון קארלין; מיט איר האט ער געהאט דריי זון און איין טאכטער. נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו פייגא, א טאכטער פון רבי דוד לייקעס וועלכער איז געווען א תלמיד פון בעל שם טוב, און געהאט מיט איר נאך פינף זון און צוויי טעכטער.

ווען די רוסישע רעגירונג האָט פארלאנגט פון אירע איינוואוינער אז זיי זאָלן זיך רופן אויך מיט א פאמיליע-נאמען, האָט רבי מרדכי אויסגעקליבן דעם נאָמען "טווערסקי" נאך דער שטאָט טבריה, וואו עס האבן זיך באזעצט די חסידים וואס זענען ארויף קיין ארץ ישראל.

נאך די פטירה פון זיין פאטער אין יאר ה'תקנ"ח, האט רבי מאטעלע איבערגענומען זיין ארט, אלס מגיד מישרים און רבי אין טשערנאביל. רבי מרדכי האט געהאט גאר אסאך חסידים, און אסאך שטעט האבן אים באשטימט פאר זייער מגיד מישרים. רבי שלום רוקח פון בעלזא האט אמאל געזאגט ביים שבת טיש, אז ווען זיי וואוינען ווען אין זעלבן לאנד וואלט ער געפארן פילע פרסאות צו זיין ביי רבי מרדכי[1].

אנדערש ווי זיין פאטער, וואס האט געלעבט אין פשטות און ארעמקייט, האט רבי מרדכי זיך געפירט מיט א ברייטן פארנעם. ער פלעגט מאנען פון זיינע חסידים גאר גרויסע סכומים פון געלט. ביי חסידים פלעגט מען זאגן אז דאס געלט האט ער גענוצט אויסצוהאלטן די ל"ו צדיקים, אן אויפגאבע וואס ער האט איבערגענומען פון רבי לייב שרה'ס.

די דברי תורה וואס ער האט גערעדט זענען פארעפנטליכט געווארן אינעם ספר "ליקוטי תורה", וואס די מנהיגי החסידות האבן געשריבן הסכמות דערויף. אין יאר ה'תשס"א איז עס איבערגעדרוקט געוואָרן אין אַ איבערגעארבעטע אויסגאַבע.

ווען רבי מרדכי האט נאך געלעבט, האט שוין זיין פלומעניק רבי ישראל פון רוזשין (אייניקל פון זיין שוואגער רבי אברהם פון קארסטשאוו) א נאמען געגעבן פאר זיין זון רבי מרדכי שרגא פרידמאן פון הוסיאטין נאך זיין פעטער רבי מרדכי, זאגנדיג אז שוין אפאר יאר וואס דער פעטער איז נישט אויף דער וועלט, נאר אסאך העכער דערפון.

רבי מרדכי איז אוועק אין קיעוו אום כ' אייר ה'תקצ"ז. ער האט זיך שוין פון פריער באשטימט זיין מקום קבורה ביים עק פון דערנעבנדיגן דארף אנאטיווקא, צוליב וואס דארט איז נישט פארהאן קיין איין קלויסטער וואס זאל צעשטערן זיין רו מיט גלעקער. זיין ציון געפונט זיך אינמיטן א פוסטן פעלד, נעבן בערג און א טייך.

פאמיליע

פון זיין ערשטע פרוי מרת חיה שרה האט ער געהאט:

פון זיין צווייטע פרוי מרת פייגא האט ער געהאט:

תלמידים

ליינט מער

דרויסנדע לינקס

ספר ליקוטי תורה:

תולדות און עובדות:

רעפערענצן


  1. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    ליקוטי תורה, אין הסכמה פון רבי יוסף שאול נאטאנזאהן


מרדכי קאטעגאריע:רוסישע אדמורי"ם קאטעגאריע:מחברי ספרי חסידות קאַטעגאָריע:טווערסקי פאמיליע קאַטעגאָריע:אוקראינער אידן קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער