אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מודה אני"
אין תקציר עריכה |
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:דרעפטס" ב־"{{דרעפט}}") |
||
שורה 31: | שורה 31: | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
[[קאטעגאריע:סדר היום]] | [[קאטעגאריע:סדר היום]] | ||
{{דרעפט}} |
רעוויזיע פון 22:30, 28 אפריל 2023
מוֹדֶה אֲנִי
|
---|
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ מֶלֶךְ חַי וְקַיָּם. שֶׁהֶחֱזַרְתָּ בִּי נִשְׁמָתִי בְּחֶמְלָה. רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ: |
מודה אני איז א קורצע און רעלאטיוו נייע דאנק תפילה צום אויבערשטן פאר'ן צוריקגעבן די נשמה, וואס ווערט געזאגט ביים זיך ערוועקן אינדערפרי.
באדייט
ביים שלאפן איז מען מפקיד די נשמה אינעם אויבערשטנ'ס האנט און אינדערפרי קערט דאס דער אויבערשטער צוריק, ווען זי איז פריש און אויסגערוט. דער שלאף איז ווי טויט, און דאס צוריקקער פונעם נשמה אינדערפרי איז ווי תחיית המתים. דעריבער, ווען דער מענטש ערוועקט זיך פון שלאף, דארף ער דאנקן אז זיין נשמה איז צוריקגעקערט געווארן צו אים.
מען זאגט דאס גלייך ביים זיך ערוועקן, כדי זיך צו דערמאנען וועגן דעם אויבערשטן וואס שטייט איבער זיך און מען זאל אויפשטיין געשווינד[1].
דער ליובאוויטשער רבי, רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, האט געשריבן א קונטרס 'ענינה של תורת החסידות', ווי אין צענטער איז ער מבאר די תפילה מודה אני בדרך פשט, רמז, דרוש, סוד, און חסידות.
דער תפילה
דער נוסח התפילה איז: ”מודה אני לפניך, מלך חי וקיים, שהחזרת בי נשמתי בחמלה. רבה אמונתך”.
דער תפילה געפונט זיך נישט אין גמרא אדער שולחן ערוך און איז נישט געזאגט געווארן בימי חז"ל[2]. דאס ערשטע מקור איז אין ספר סדר היום פון דער צפת'ער מקובל רבי משה בן מכיר[3]. דער תפילה איז א קיצור פונעם ברכת אלקי נשמה וואס חז"ל האבן מתקן געווען אלס טייל פון ברכות השחר. טראץ איר נייקייט איז זי אנגענומען אין רוב תפוצות ישראל און איז פון די באקאנסטע תפילות, און ווערט געלערנט מיט קינדער פון א יונגע יארגאנג.
מען זאגט דער תפילה גלייך ווען מען ערוועקט זיך פון שלאף, נאך איידער'ן זיך וואשן נעגל וואסער, וויבאלד עס האט נישט דעם באשעפער'ס נאמען אדער כינוי. אנדערע זאגן אז די הענט זענען מטונף זאל מען עס נישט זאגן נאר טראכטן אין קאפ[4]. דער שולחן ערוך הרב שרייבט אז מען זאל זיך נישט אויפזעצן גלייך, נאר ווארטן ביז מען ענדיגט זאגן מודה אני. געוויסע האבן דאס צוגעשטעלט אלס רפואה אויף orthostatic hypotension[5].
אין סידור רבי קאפל ווערט געברענגט אן אנדערע נוסח געבויט אויף די עשר ספירות: "מודה אני לפניך מלך חי וקיים אדיר ונאור המפואר בגבורה וגדולה ולו הבינה והחכמה הכתר והכבוד אשר ברוב חסדו ואמתו החזיר בי נשמתי אשר פקדתי בידו"[6]. דער חיד"א שרייבט א נוסח: ״מודה אני לפניך מלך רחום שהחזרת בי נשמתי בחמלה רבה אמונתך יהי רצון שיהא לבי נכון ומסור בידי ולא אכעוס ולא אכעיסך״[7]. למעשה איז אנגענומען און געדריקט אין די סידורים דער נוסח פון סדר היום[8].
מען דארף מפסיק זיין צווישן בחמלה און רבה, וויבאלד רבה גייט אויף אראפ - רבה אמונתך ווי אין פסוק[9].
תפילה זו, עשויה להטביע חותמה על סדר היום שלנו. זאת, בהיותנו נתונים למרות העליונה, סרים למשמעתה, ממלאים אחר ציווייה, תוך הכרה ברורה, שניצבים אנו בכל עת ובכל שעה לפני מלך חי וקיים. מכאן גם הפועל היוצא לכל המעשים שנעשה במשך היום, שאנו עומדים בפתחו: "חדשים לבקרים - רבה אמונתך"[10]. בדבריו אלו מתכוון הנביא ירמיהו שאמר, שעם התחדשות האדם מדי בוקר, גדלה ומתחזקת אמונתנו בבורא עולם, המפקיד בידיו נשמת רוח חיים, ובכל יום, מחדש, מחזירה לנו כשהיא רעננה ורגועה, למען נמשיך להתעלות ברוחניות.
רעפערענצן
- ↑ שולחן ערוך הרב, אורח חיים מהדורה תניינא א, א; סידור התניא
- ↑ רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, ענינה של תורת החסידות
- ↑ סדר היום א געברענגט אין מגן אברהם סוף סי' ד' ובאלי' זוטא סק"ב
- ↑ יעב"ץ?, עבודת הקודש?, קיצור של"ה? געברענגט אין תתוספות חיים אויף חיי אדם
- ↑ מאנכע שטעלן עס צו צו ווערטער פון א דאקטאר Linda McMaron פון גרויס בריטאניע ביי א קאנפערענץ פון ניוראלאגן אין די פאראייניגטע שטאטן, אז מ'זאל ליגן 12 סעקונדן איידער מ'שטעלט זיך אויף, און מודה אני האט 12 ווערטער. זעט 12 Seconds To A Better You: Beyond Thanksgiving, אויף HuffPost, 2012-11-26 (ענגליש). דערווייל איז אזא דאקטער נישט צום געפונען…
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע ליפשיץ, יעקב קופל בן משה, -1740, סדור קול יעקב - ↑ קשר גודל א, א
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי ישראל חיים פרידמאן, לקוטי מהרי"ח - חלק א - ↑ יד אפרים/אורח חיים/ד
- ↑ איכה ג, כג