אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שרה די טאכטער פון רבי נחמן מברסלב"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "דגל מחנה אפרים" ב־"דגל מחנה אפרים")
ק (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (1))
שורה 30: שורה 30:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]

רעוויזיע פון 12:30, 24 אפריל 2023

שרה, די טאכטער פון רבי נחמן מברסלב (ה'תק"ן - כ"ז כסלו ה'תקצ"ב) איז געווען די צווייטע טאכטער פון רבי נחמן מברסלב, זי איך געבוירן אין יאר תק"ן צו איר טאטן ר' נחמן און איר מאמען סאסיע.

זי האט געהייסן שרה נאך איר באבע, די מאמע פון בעל שם טוב.[1]

אין א טאג ווען ר' נחמן האט געוואוינט אין מעדווידעווקא האט דער גרויסער גביר און יחסן אין אוקריינא ר' לייב דאבראוונער געשיקט צו אים, אזוי ווי ער האט א געראטענעם זון וואס הייסט יצחק אייזיק, וויל ער זיך משדך זיין מיט זיין צווייטער טאכטער שרה, ר' נחמן האט אין אנפאנג נישט געוואלט דעם שידוך. אבער זיינע חסידים האבן נישט פארשטאנען פארוואס, ווייל דער עושר ר' לייב איז געווען זייער באקאנט אין אוקריינא, און אסאך צדיקים פון יענעם דור האבן זיך געוואלט מיט איהם משדך זיין ווייל ער האט זיי צוגעזאגט אסאך קעסט, דער תלמיד ר' חייקל חזן האט זיך אנגערופן צו זיין רבי ר' נחמן, "רבי איר נעמט אויף אייך א נייע מחלוקה", רופט זיך אהן ר' נחמן אויב אזוי זאל ער געבן טויזנט רענדליך, ר' נחמן האט פארשטאנען אז אזא גרויסער סכום וועט ר' לייב נישט וועלן געבן, און עס וועט נישט צושטאנד קומען דער שידוך, אבער ר' לייב האט זיך געפרייט אז ר' נחמן איז מסכים אז ער האט גלייך מסכים געווען צו געבן דאס גאנצע געלד.

מען האט טאקע געשלאסן שידוך, און שרה איז געווארן א כלה (זי איז געווארן א כלה פאר איר עלטערער שוועסטער אדל.


אירע קינדער

זי האט געהאט דריי זין און איין טאכטער. די דריי זין:

  1. ר' ישראל, אן איידעם פון ר' אהרן טשערנאבילער, און א רבי פון חסידים (מן הסתם האט ער געהייסן נאך זיין זיידן דער בעל שם טוב).
  2. ר' שמחה ברוך, וואס האט חתונה געהאט מיט זיין קוזינע די טאכטער פון זיי מאמע'ס שוועסטער אדל.
  3. אפרים.

די טאכטער איז געווען פייגא סאסיא (מן הסתם האט זיך אזוי געהייסן נאך איהר באבע די ווייב פון ר' נחמן מברסלב). זי האט חתונה געהאט צו ר' ישראל א אייניקל פון איר עלטער פעטער ר' ברוך מעזשביזשער.

שרה איז נפטר געווארן אין יאהר תקצ"ב ערב שבת חנוכה ווען זי האט געבוירן א קינד וואס מען האט א נאמען געגעבן אפרים נאך איהר זיידע דער שווער פון ר' נחמן מברסלב (עלים לתרופה מכתב ס"ד). נאך דעם וואס זי איז נפטר געווארן האט איר מאן ר' אייזיק חתונה געהאט מיט איר שוועסטער אדל.

איר חשיבות

זי איז באקאנט געווען צווישען די ברסלבער חסידים אלס זייער א קלוגער פרוי, ר' נחמן ווען ער האט איינמאהל ביי א געלעגנהייט גערעדט פון זיינע קינדער האט ער געזאגט: פון די קלוגשאפט פון שרה'קע רעד איך אפילו נישט.

רעפערענצן

  1. דער בעל שם טוב האט געהייסן ישראל בן שרה; אזוי שטייט אויך אין ספר "דגל מחנה אפרים" פ' אויפן פסוק עלית למרום שבית שב"י.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!