אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שלמה לייב וויינבערגער"
ק (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)") |
ק (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (1)) |
||
שורה 20: | שורה 20: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]] |
רעוויזיע פון 12:27, 24 אפריל 2023
רבי שלמה לייב וויינבערגער פאיע רב. און חבר הבית דין צדק דקהל יטב לב (מהרז"ל)
ר' שלמה לייב איז א זון פון ר' משה דוב וויינבערגער פאיע רב.
ער דינט אלס דומ"ץ אין די ביהמ"ד תהלת יואל (קינגס טערעס), סאטמארער שול אויף ראטלעדש סטריט. ביים גרינדונג פון בית דין דורך סאטמארער רבי רבי זלמן לייב טייטלבוים איז ער געווארן א דיין אין די בית דין, און ער ווערט באטראכט אלץ פון די שטערקסטע בעלי השפעה אין דער סאטמארער קהילה.
ער איז א תלמיד פונעם קאשויער רב, רבי רפאל בלום, און ווערט באטראכט אלס דורכגעטראכטער פארשטענדליכער מענטש. ווי אויך איז ער א עניו און שמועסט מיט יעדן פריינטליך, און לערענט א גאנצען טאג אין זיין כולל צוזאמען מיט אלעמען.
ער ווערט פארעכענט דורך די חסידים פון קהילת סאטמאר מהר"א פון די הויפט קעגנער פונעם ברך משה, צוליב וואס ער האט זיך נישט צוגעשטעלט צי די מערכה קעגן בני יואל, און אויך נישט לטובת די פאבליק סקול אין קרית יואל, ער האט אבער קיינמאל נישט ענפנטליך געהאלטן דרשות אדער ארויס קעגן דער הנהגה.
ער איז זייער שארף ארויס קעגן דעם עירוב אין וויליאמסבורג, און ער האט געפסקנט אז יעדער מיז אליינס מאכן א עירובי חצירות מיט א ברכה ביי זיך אין שטוב.
ער הייסט פון די גרעסטע מומחים אין אלע אישות און נידה ענינים און האט שוין ארויסגעהאלפן פילע אינגעלייט פון אלע מיני פראבלעמען.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!