אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אברהם חיים הורוויץ (ערשטער)"
ק (החלפת טקסט – "0" ב־"") צייכנס: מאנועל צוריקשטעל צוריקגעשטעלט |
ק (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (0)) צייכן: מאנועל צוריקשטעל |
||
שורה 33: | שורה 33: | ||
[[קאַטעגאָריע:לינסק]] | [[קאַטעגאָריע:לינסק]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|0]] |
רעוויזיע פון 12:25, 24 אפריל 2023
רבי אברהם חיים הורוויץ זצ"ל (דער ערשטער) (ה'תקמ"ב - כ"ה מנחם אב ה'תקצ"א), רב אין לינסק.
אפשטאם
רבי אברהם חיים איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ב, צו זיין פאטער הרב נפתלי צבי הורוויץ, "דער ראפשיצער רב", א זון פון הרב מנחם מענדל ראַבין, רב אין לינסק באקאנט אלס "רבי מענדעלע לינסקער". און צו זיין מוטער מרת רבקה א טאכטער פון הנגיד הרב צבי הירש גאלדהאמער פון דוקלא.
רבנות
אין יאר ה'תקע"ח נאך ביים פאטער'ס לעבען איז רבי אברהם חיים שוין געווארן רב אין לינסק, אין יאר ה'תקפ"ז נאך די פטירה פון זיין פאטער, איז רבי אברהם חיים געווארן רבי אין לינסק אויף זיין פאטער'ס ארט.
הסתלקות
רבי אברהם חיים איז נפטר כ"ה מנחם אב ה'תקצ"א. דער שר שלום פון בעלזא האט געזאגט אז ווער ס'גייט צו זיין ציון איז "קרובה ישועה לבוא".
פאמיליע
רבי אברהם חיים האט געהייראט א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס ברידער) הרב שמואל שמעלקא הורוויץ, רב אין ראמאן און באר אין בוקאווינע, באקאנט אלס רבי שמעלקא בארער, (אן איידעם פון הרב חיים טירער, רב אין טשערנאוויץ, דער באר מים חיים), א זון פון הרב מנחם מענדל ראַבין, רב אין לינסק. זייערע קינדער:
- הרב מנחם מענדל הורוויץ, אן איינציגער זון (בן יחיד), ממלא מקום פון פאטער, רב אין לינסק.
- מרת פריידא[1], די ווייב פון הרב משולם זלמן יונתן ליפשיץ ( - ב' ר"ח אלול ה'תרט"ו), רב אין בריגעל, א זון פון הרב אריה לייביש ליפשיץ רב אין ווישניצא דער "אריה דבי עילאי".
- מרת חנה די ווייב פון הרב אביגדור האלבערשטאם, א ברידער פון דברי חיים, רב אין דוקלא.
- מרת ביילא די ווייב בזיווג שני פון הרב ישראל הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו.
- מרת שיינדל די ווייב פון הרב צבי הירש האגער, רב אין פעטשיניזשין, א זון פון הרב דוד האגער פון זאבלאטאוו, א זון פון אהבת שלום פון קאסאוו.
- די ווייב פון הרב משה חיים אפרים, רב אין באליגראד, א אייניקל פון דגל מחנה אפרים.
- מרת רויזא, די ווייב פון הרב מנחם מענדל וויינפעלד, פון גארליץ.
רעפערענצן
- זרעא קדישא
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ זרעא קדישא פרק ד' אות מח שרייבט אז זי האט געהאט נאך צוויי נעמען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!