אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חיים מרדכי מרגליות"
ק (החלפת טקסט – "ק"ף" ב־"ק"פ") |
ק (הוספת קישור בינוויקי he:חיים מרדכי מרגליות) |
||
שורה 19: | שורה 19: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:חיים מרדכי מרגליות]] |
רעוויזיע פון 15:26, 20 אפריל 2023
הרב חיים מרדכי מרגליות (ה'תק"ם-ט"ו שבט ה'תקפ"ג) איז געווען רב אין דובנא, און דער מחבר פון "שערי תשובה" אויף שלחן ערוך.
הרב מרגליות איז געבוירן אין יאר תק"מ (בערך) צו זיין פאטער הרב מאניש מרגליות, אב"ד וויטקאוו און דינעוויץ. ער איז געווען א ברודער פון הרב אפרים זלמן מרגליות, און אן איידעם ביי זיין פעטער רבי אליקים געציל מרגליות.
אין זיינע יונגערע יארן האט ער געלערנט אינעם בראדער קלויז. אין תק"ס איז ער געווארן רב אין ברעסטעטשקע; דערנאך האט ער אנגענומען דאס רבנות אין דובנא, וואו ער האט אויפגעשטעלט א דרוקעריי.
ער איז נפטר געווארן אין תק"פ אדער תקפ"ג אין בראד אדער דינעוויץ.
אין תקפ"ה איז פארעפנטליכט געווארן אין דובנא זיין ספר שערי תשובה אויף שלחן ערוך אורח חיים, וואס ברענגט צוזאמען פריערדיגע תשובות לויטן סדר פונעם שלחן ערוך. דער "שערי תשובה" איז געדרוקט אין רוב אויסגאבעס פון שלחן ערוך אורח חיים, אויך מיט דער משנה ברורה.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!