אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ברעגענץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
ק (הוספת קישור בינוויקי he:ברגנץ)
שורה 37: שורה 37:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:ברגנץ]]

רעוויזיע פון 14:06, 20 אפריל 2023

ברעגענץ
Bregenz am Morgen vom Seibel, Böhringer.jpg
אויפנאמע פון ברעגענץ
מדינה / טעריטאָריע Flag of Austria.svg עסטרייך
קאָאָרדינאַטן 47°30′18″N 09°44′57″E / 47.50500°N 9.74917°E / 47.50500; 9.74917 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
בירגערמייסטער מארקוס לינהארט
שטח 29.78 קוואדראט ק"מ
הייך 427 מעטער

 ‑ אין שטאָט

29,562‏  (שטייענדיג 2017)

ברעגענץ (דייטשיש: Bregenz) איז די הויפטשטאט פונעם לאנד פארארלבערג אין עסטרייך, ווי אויך די הויפטשטאט פונעם ברעגענץ באצירק. די שטאט פארמאגט די באדייטנדיגסטע און וויכטיגסטע אזערע אין עסטרייך - "קאנסטאנץ". אויסער דעם די שטאט באדינט אלס אן אייזנבאן פארבינדונג פונקט, און זי ווערט אויכעט גערעכנט אלס א וויכטיגער ספארט און קולטור צענטער. אין הינזיכט פון דער באוואוינער צאל, ווערט ברעגענץ פארעכנט אלס די דריטע גרעסטע שטאט אין פארארלבערג נאך דארנבירן און פעלדקירך. לויט איינצלהייטן פון דעם עסטרייכישן קאנצעזוס ביורא (ריכטיג פאר יאנואר 2017), די באפעלקערונג אין ברעגענץ באשטייט פון 29,562 איינוואוינער.

היסטאריע

שוין ארום יאר 1500 פאר דער קריסטליכער ציילונג מענטשן האבן זיך באזעצט אין דער געגנט פון ברעגענץ. אין יאר 1451 און אויכעט אין 1523 די שטאט איז פארקויפט געווארן צום האפסבורגער הויז, און געבליבן אונטער עסטרייכישער הערשאפט, מיט א קורצער באזעצונג פון די שוועדישע טרופן אונטער קארל גוסטאף ווראנגל דורך דער דרייסיג-טאגיגער מלחמה ביז דעם 19טן יארהונדערט. ברעגענץ איז אויכעט געווען פאר עטליכע יאר אונטער בייערישער הערשאפט, פון 1805 ביז 1814.

א בליק אויפן האפן פון ברעגנעץ

אין יאר 1842 האט זיך אנגעהויבן די בוי פון א פארט אויף דער "קאנסטאנץ" אזערע, און האט זיך פארענדיגט אומגעפער אכט יאר דערנאך, אין 1850. אין יאר 1883 און אויכעט צווישן 1889-1891 דער פארט איז פארגרעסערט געווארן, און די עסטרייכישע שיף-דינסט איז איינגעשטעלט געווארן אין 1884. באן פארבינדונג עקזיסטירט אין בערגענץ זייט 1872. זייט דעמאלטס האט זיך די שטאט היבש פארברייטערט און איז אויסגעצויגן געווארן אויסערהאלב איר אורשפרינגליכן געביט ביז צום ארומיגן לאנדשאפט און די ארומיגע דערפער. זייט יאר 1872 ברעגענץ איז באשטימט אלס דער הויפט זיץ-ארט פונעם עסטרייכישן פארוואלטונג אין פארארלבערג. אין יאר 1945 ביי דער צווייטער וועלט קריג, האט די שטאט געליטן פון א העפטיגער אנגריף און איז באמבאדירט געווארן. אלס רעזולטאט פונעם איבערפאל 72 הייזער זענען גענצליך צעשמעטערט געווארן. פאר א שטיק צייט נאך דער קריג, איז ברעגענץ געווען אונטער א פראנצויזישער באזעצונג.

ווירטשאפט

אין דעם 19טן און אין דעם 20סטן יארהונדערט האט די שטאט ברעגענץ ערלעבט א שטארקע ווירטשאפטליכע אנטוויקלונג פון שפייז און געטראנקען אינדוסטריע, און אויכעט פון פיין-מעכאניק און טעקסטיל. א צוזעצליכע און א באדייטליכע איינקונפט קוועלע איז געווען טוריזם. ריכטיג פאר מיי 2001, זענען אפגעציילט געווארן 17,357 ארבעטערס אין די 1527 געזעלשאפטן און אונטערנעמען וועלכע זענען באזירט אין בערגענץ. 9 פירמעס אין בערגענץ באשעפטיגען מער ווי 200 מיטארבעטערס און דערפאר ווערן זיי פארעכנט אלס די גרעסטע אונטערנעמען פון דער שטאט. לויט אפשאצונגען די צאל פון איינקונפט-שטייער באצאלערס האט זיך געהאלטן דעמאלטס ביי 12,385 ארבעטערס.

 

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!