אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אנדערס צעלזיוס"
ק (החלפת טקסט – "אבסערוו" ב־"אבזערוו") |
ק (הוספת קישור בינוויקי he:אנדרס צלזיוס) |
||
שורה 22: | שורה 22: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:אנדרס צלזיוס]] |
רעוויזיע פון 14:04, 20 אפריל 2023
אַנדערס צעלזיוס (שוועדיש: Anders Celsius; (27סטן נאוועמבער 1701 - 25סטן אפריל 1744) איז געווען א שוועדישער אסטראנאם און פיזיקער.
צעלזיוס איז געבוירן געווארן אין אופסאלא, שוועדן, און איז געווארן פראפעסאר פון אסטראנאמיע פון 1730 ביז 1744. פון 1732 ביז 1735 האט ער באזוכט אבזערוואטאריעס אין דייטשלאנד, איטאליע און פראנקרייך.
אין 1742 האט ער פארגעשטעלט א דעצימאלע טעמפעראטור סקאלע, באזירט אויף די פרירפונקט און קאכפונקט פון וואסער, צעטיילט אויף הונדערט גלייכע גראד. ווען צעלזיוס האט פארגעשטעלט זיין סקאלע האט ער באשטימט דעם קאכפונקט ווי 0 גראד. זיינע סטודענטן, ספעציעל קארל פאן לינע, האבן איבערגעדרייט די סקאלע, און אזוי איז אנגענומען היינט.
צעלזיוס איז געשטארבן אין אופסאלא אין 1744, פון טובערקולאז.[1]
וועבלינקען
רעפערענצן
- ↑ אנדערס צעלזיוס ביים אופסאלא אוניווערסיטעט וועבזייטל.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!