רוי:אנדערס צעלזיוס

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אַנדערס צעלזיוס (שוועדיש: Anders Celsius; (‏27סטן נאוועמבער 1701 - 25סטן אפריל 1744) איז געווען א שוועדישער אסטראנאם און פיזיקער.

צעלזיוס איז געבוירן געווארן אין אופסאלאשוועדן, און איז געווארן פראפעסאר פון אסטראנאמיע פון 1730 ביז 1744. פון 1732 ביז 1735 האט ער באזוכט אבזערוואטאריעס אין דייטשלאנד, איטאליע און פראנקרייך.


אין 1742 האט ער פארגעשטעלט א דעצימאלע טעמפעראטור סקאלע, באזירט אויף די פרירפונקט און קאכפונקט פון וואסער, צעטיילט אויף הונדערט גלייכע גראד. ווען צעלזיוס האט פארגעשטעלט זיין סקאלע האט ער באשטימט דעם קאכפונקט ווי 0 גראד. זיינע סטודענטן, ספעציעל קארל פאן לינע, האבן איבערגעדרייט די סקאלע, און אזוי איז אנגענומען היינט.


צעלזיוס איז געשטארבן אין אופסאלא אין 1744, פון טובערקולאז.[1]

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!