אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:איזשביצע"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט איזשביצע צו רוי:איזשביצע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (הוספת קישור בינוויקי he:איזביצה) |
||
שורה 10: | שורה 10: | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:איזביצה]] |
רעוויזיע פון 13:03, 20 אפריל 2023
איזשביצע איז א דארף אין לובלינער פראווינץ, מזרח פוילן, בערך 19 ק"מ דרום פון קראסניסטאוו און 59 ק"מ דרום פון לובלין. זיין באפעלקערונג איז 1,933.
איזשביצע ווערט דערמאנט דאס ערשטע מאל אין 1419; אום 1540 איז ער געווארן א שטאט מיט מאגדעבורג רעכט. במשך די יארן האבן אידן באזעצט די שטאט. נאכדעם וואס פוילן איז געווארן צעטיילט אום 1772 איז די שטאט אריבערגעגנגען צו עסטרייך; אום 1809 איז זי צוריק אין דער ווארשעווער הערצאגשאפט. נאך דער מפלה פון נאפאלעאן באנאפארטע איז איזשביצע געווארן א טייל פון קאנגרעס פוילן. אום 1827 האט דאס שטעטל געהאט 51 הייזער און 407 איינוואוינערס, אלע אידן.
נאך ה'ת"ר איז עס געווארן א צענטער פון חסידות, ווייל רבי מרדכי יוסף ליינער האט אריבערגעפירט זיין הויף דארטן (פון טאמאשאוו). דער צווייטער איזשביצער רב איז געווען זיין זון הרב יעקב ליינער.
50°53′N 23°10′E / 50.883°N 23.167°E
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!