אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי ישעיה שטיינער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קידוד קישורים)
ק (←‏אריינפיר: הגהה)
שורה 1: שורה 1:
{{אדמו"ר
{{אדמו"ר
|נאמען= רבי ישעיה שטיינער
|נאמען= רבי ישעיה שטיינער
|טיטל= רבי ישעי'לע קרעסטירער
|טיטל= רבי ישעי'לע קערעסטירער
|בילד= [[קובץ:Steiner, R' Yeshaya.jpg|150px]]
|בילד= [[קובץ:Steiner, R' Yeshaya.jpg|150px]]
|געבורט דאטום= [[ה'תרי"א]]
|געבורט דאטום= [[ה'תרי"א]]
|געבורט ארט= זבאראוו נעבן בארדיאוו (היינט אין [[סלאוואקיע]])
|געבורט ארט= זבאראוו נעבן בארדיוב (היינט אין [[סלאוואקיע]])
|פטירה דאטום= [[ג' באייר]] [[ה'תרפ"ה]]
|פטירה דאטום= [[ג' אייר]] [[ה'תרפ"ה]]
|פטירה ארט= [[קערעסטיר]]
|פטירה ארט= [[קערעסטיר]]
|קבורה ארט= [[קערעסטיר]]
|קבורה ארט= [[קערעסטיר]]
|חסידות= [[קערעסטיר]]
|חסידות= [[קערעסטיר (חסידות)|קערעסטיר]]
|נומער אין דינאסטיע= ערשטער
|נומער אין דינאסטיע= ערשטער
|פאריגער=
|נאכפאלגער= [[רבי אברהם פון קערעסטיר]]
|נאכפאלגער= [[רבי אברהם פון קערעסטיר]]
|זיינע רביס= [[רבי צבי הירש פון ליסקא]] {{ש}} [[רבי חיים פון צאנז]] {{ש}} [[רבי מרדכי לייפער (נאדווארנא)]]
|זיינע רביס= [[רבי צבי הירש פון ליסקא]] {{ש}} [[רבי חיים האלבערשטאם]] {{ש}} [[רבי מרדכי לייפער (נאדווארנא)]]
|פאטער= רבי משה
|פאטער= רבי משה
|מוטער= מרת הענטשא מרים
|מוטער= מרת הענטשא מרים
שורה 18: שורה 17:
|קינדער1= [[רבי אברהם פון קערעסטיר]] און נאך
|קינדער1= [[רבי אברהם פון קערעסטיר]] און נאך
}}
}}
[[קובץ:ציונו של רבי ישעיה שטיינר.jpg|שמאל|ממוזער|250px|רבי ישעי'לעס ציון]]
[[קובץ:ציונו של רבי ישעיה שטיינר.jpg|שמאל|ממוזער|250px|ציון פון רבי ישעי'לע קערעסטירער]]
רבי '''ישעיה שטיינער''' (ווערט גערופן '''רבי ישעי'לע קערעסטיר'ער'''; ([[ה'תרי"א]], [[1851]] - [[ג' אייר]] [[ה'תרפ"ה]], [[1925]]) איז געווען דער ערשטער קערעסטירער רבי, האט געוואינט אין [[קערעסטיר]] נעבן [[מישקאלץ]] אין [[אונגארן]].
רבי '''ישעיה שטיינער''' (ווערט גערופן '''רבי ישעי'לע קערעסטירער'''; ([[ה'תרי"א]], [[1851]] - [[ג' אייר]] [[ה'תרפ"ה]], [[1925]]) איז געווען דער ערשטער קערעסטירער רבי, האט געוואוינט אין [[קערעסטיר]] נעבן [[מישקאלץ]] אין [[אונגארן]].


== ביאגראפיע ==
== ביאגראפיע ==

רעוויזיע פון 16:12, 19 אפריל 2023


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ פאטער, זיינע רביס, ווייב1, מוטער, נומער אין דינאסטיע, קבורה ארט, חסידות, נאכפאלגער, קינדער1 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

רבי ישעי'לע קערעסטירער
רבי ישעיה שטיינער
Steiner, R' Yeshaya.jpg
געבורט ה'תרי"א
זבאראוו נעבן בארדיוב (היינט אין סלאוואקיע)
פטירה
קערעסטיר
ציון פון רבי ישעי'לע קערעסטירער

רבי ישעיה שטיינער (ווערט גערופן רבי ישעי'לע קערעסטירער; (ה'תרי"א, 1851 - ג' אייר ה'תרפ"ה, 1925) איז געווען דער ערשטער קערעסטירער רבי, האט געוואוינט אין קערעסטיר נעבן מישקאלץ אין אונגארן.

ביאגראפיע

איז געבורן געווארן צו רבי משה און מרת הענטשא מרים שטיינער אין דארף זבאראוו נעבן בארדיאוו (היינט צוטאגס אין סלאוואקיע), זיין טאטע איז אוועק ווען ער איז אלט געווען בלויז דריי יאר.
אין עלטער פון צוועלף יאר האט זיין מאמע די אלמנה אים געשיקט קיין ליסקא צו רבי צבי הירש פון ליסקא, וואס ער האט אים געשיקט לערנען אין סעמיהאלי. נאך אן האלבן יאר איז ער צוריק פון דארט קיין ליסקא, און האט געלערנט ביי רבי צבי הירש, וואס האט אים מיט די צייט אויך אויפגענומען אלס אייגענעם משמש בקודש. אום ד' ניסן ה'תרל"ה האט ער געהייראט שרה טאכטער פון הרב יצחק יונה וויינשטאק.
פלעגט אויך פארן צו רבי מרדכי פון נאדבארנא, רבי שמואל פרענקל פון דאראג רבי חיים האלבערשטאם פון צאנז און נאך. נאך די פטירה פון זיין רבי'ן פלעגט ער כסדר זיך אונטער חתמ'ענען אלס משמש ביי הרה"ק פון ליסקא[1].
נאך וואס זיין רבי איז אוועק האט רבי מרדכי פון נאדבארנא אויך אים אויפגענומען אלס רבי אין ליסקא (א חוץ רבי חיים פריעדלענדער איידעם פון רבי צבי הירש), אבער נאך רדיפות פון די חסידים וואס האבן דאס נישט געשוינט, האט ער זיך אריבער געצויגן קיין קערעסטיר צוליב די אומשטענדן[2]. אנקומענדיג קיין קערעסטיר איז ער נתפרסם געווארן אלס א גרויסער בעל מופת, און טויזנטער אידן האבן מאשירט צו אים.

איז באקאנט געווארן אלס א גרויסע מכניס אורחים, און האט געטיילט ריזיגע געלטער פאר צדקה, און אויב האט ער נישט געהאט האט ער אויס געבארגט פאר די צוועק[3].

יארן לאנג איז די ציון געווען א קליינעם און צובראכענעם, אום יאר ה'תשע"ג האט מען דאס איבערגעבויט גרויס און ברייט, און זייט דעמאלט איז דא א ריזן ציבור וואס קומט ארויף דורכאויס די יאר, און צום הויפט אין יארצייט ג' אייר[4].

פאמיליע

אכט פון זיינע צוועלף קינדער זענען אוועק אין די יוגנט[5], די פארבליבענע זענען ווי פאלגנד:

  • רבי אברהם שטיינער.
  • מרת קריינטשא גראס פרוי פון הרב שמואל גראס אב"ד קראלי.
  • מרת רבקה פייגא קליין פרוי פון הרב ראובן חיים קליין אב"ד סאנינא.
  • מרת רחל לאנדא פרוי פון הרב ר' ישראל אברהם אלטער לאנדא אב"ד עדעלין און מחסר ספר 'בית ישראל'[6]

הנצחתו

ר' ישעי'לע האט באפוילן זיינע קינדער פאר די פטירה אז זיי זאלן ממשיך זיין זיינע פעולות פון צדקה וחסד, זיי האבן טאקע אזוי געטוהן, און ביזן היינטיגן טאג זענענן זיינע אייניקלעך עוסק אין די ענינים. די לעצטע יארן ווערט דאס באדייט צווישן אנדערע דורך עסן און טרינקען אין רי ישעי'עלעס הויז אין אונגארן[7], אזוי אויך איז פארהאן אין ארץ ישראל א ברייטע ארגעניזאציע רב להושיע וואס פארטיילט פאר טויזנטער בעיביס צו עסן.
אין אסאך פלעצער איבער די גארער וועלט טיילט מען דורכאויס די גאנצע יאר עסן און טרינקען אויף אסאך סארטן פלאטפארמעס[8]

סאיז דא וואס האלטן זיינס א בילד פאר א סגולה דערווייטערן מייז[9], טראץ דעם וואס ביי די אייניקלעך איז אנגענומען אז סהאט נישט קיין אמת'ן מקור, און רבי ישעי'עלע אליינס האט זיך קעגנגעשטעלט צו אים פאטאגראפירן[10].

אין נחליאל איז אויפגעשטעלט געווארן "ישיבת ישועת מרדכי" לזכרו[11].

ליינט מער

  • יוסף מרדכי גינצלער, מי באר ישעיהו, טארנא סלאוואקיי תרפ"ח
  • ישראל יעקב וידאווסקי, תולדות הצדיק ר' ישעיה'לע מקערעסטיר, ירושלים: מכון אבן ישראל, תשנ"ו
  • שלום אליעזר ליכטענשטיין, מנחם מענדל רובין (עורכים), מופת הדור: תולדות חייו והליכות דרכו ... של ... רבי ישעיה שטיינער, הנקרא בפי כל רבי ישעי'לע קערעסטירער, ברוקלין תשע"א 2010


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ויקישיתוף בשורה

פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
* מידיע און בילדער איבער [[commons:Category:{{#property:P373}}|רבי ישעיה שטיינער]] אויף וויקיקאמאנס   המזהה לא מולא ולא נמצא בוויקינתונים, נא למלא את הפרמטר.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. פלעגט חתמ'ענען ווי פאלגנד: הק' ישעי' בן מו"ה משה ז"ל שהי' משמש בקודש אצל הרב הצדיק מליסקא זי"ע. פאָטאָגראַפיע פון ​​די חתימה איז פארהאן אין ספר פון הרב וידאווסקי עמ' 13.
  2. מופת הדור זייט עז.
  3. מי באר ישעיהו, עמ' לח.
  4. טויזנטער אויף זיין ציון אויף JDN זייטל.
  5. זעה דא.
  6. ליינט אויף אים דא.
  7. רבי ישעי'לעס הויז.
  8. חסדי ישעיה; ר'ישעי'לעס קאך; ארוחות רבי ישעיה און נאך.
  9. אויף דרשו זייטל.
  10. מופת הדור זייט תצ.
  11. די ישיבה זייטל.

מוסטער:חסידויות

מוסטער:בקרת זהויות


קאטעגאריע:אדמו"רים הונגרים קאטעגאריע:ילידי 1851

קאטעגאריע:הונגרים שנפטרו ב-1925 קאטעגאריע:רבנים שנפטרו בחודש אייר

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער