אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מרדכי שמואל אשכנזי"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי מרדכי שמואל אשכנזי צו רוי:רבי מרדכי שמואל אשכנזי אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (החלפת טקסט – "רבנים אין ישראל" ב־"רבנים אין ארץ ישראל") |
||
שורה 30: | שורה 30: | ||
{{גרונטסארטיר:אשכנזי, מרדכי שמואל}} | {{גרונטסארטיר:אשכנזי, מרדכי שמואל}} | ||
[[קאַטעגאָריע:רבנים אין ישראל]] | [[קאַטעגאָריע:רבנים אין ארץ ישראל]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ליובאוויטש]] | [[קאַטעגאָריע:ליובאוויטש]] | ||
[[קאַטעגאָריע:מחברי ספרים]] | [[קאַטעגאָריע:מחברי ספרים]] |
רעוויזיע פון 10:00, 17 מערץ 2023
הרב מרדכי שמואל אשכנזי (כ"ח אייר תש"ג - כ"ג טבת תשע"ה) איז געווען דער רב פון כפר חב"ד, א דיין אינעם בית דין פון חב"ד אין ארץ ישראל, און א מחבר פון ספרי הלכה.
ביאגראפיע
הרב אשכנזי איז געבוירן געווארן אין תל אביב צו זיין פאטער הרב משה אשכנזי, רב פון די ליובאוויטשער חסידים אין תל אביב און א זון פון הרב מאיר אשכנזי, רב פון שאנכיי, און צו זיין מוטער דבורה, א טאכטער פון הרב אליעזר קאראסיק.
אין זיין יוגנט האט ער געלערנט אין די חב"ד ישיבות אין תל אביב און לוד. ווען ער איז געווען אלט 20 יאר איז ער געפארן קיין ניו יארק צו לערנען אין דער הויפט תומכי תמימים ישיבה, וואו דער ליובאוויטשער רבי האט אים געהייסן עוסק זיין אין הלכה. הרב אשכנזי האט באקומען היתר הוראה פונעם ערשטן רב פון כפר חב"ד, הרב שניאור זלמן גארעליק.
אין יאר תשל"ד האט פאסירט אן אומגלוק ווען עטליכע ליובאוויטשער חסידים, צווישן זיי הרב גארעליק, זענען געהרגעט געווארן אין אן אויטא אקצידענט צוריקקומענדיג פון א חתונה אין ירושלים. אלס ממלא מקום האט מען באשטימט זיין איידעם הרב נחום טרעבניק מרא דאתרא און הרב אשכנזי ווי דער מורה הוראה. נאך הרב טרעבניק'ס פטירה אין תשמ"ד איז הרב אשכנזי געווארן דער איינציגער רב אין כפר חב"ד. אין תשל"ו איז ער געווארן א דיין אינעם בית דין פון חב"ד.
כ"ג טבת תשע"ה איז ער נפטר געווארן פון א הארץ אטאקע אונטערוועגס קיין טבריה צום ציון פון זיין פאטער אויף זיין יארצייט. ער איז געקומען צו קבורה צומארגנס אין טבריה, אויפן יארצייט פונעם בעל התניא.
משפחה
ער האט געהייראט סימא, א טאכטער פון הרב יצחק וואלפע פון ירושלים, אן איידעם פון הרב עזריאל זעליג סלאנים. זייערע קינדער זענען:
- הרב מאיר, ר"מ אין דער חב"ד ישיבה אין צפת און ממלא מקום פון זיין פאטער אין כפר חב"ד
- הרב חיים אליעזר, ר"מ אין דער תומכי תמימים ישיבה אין מאנטרעאל
- הרב עזריאל זעליג, שטאטס רב אין יעקאטערינבורג
- הרב מנחם מענדל פון כפר חב"ד
- הרב שניאור זלמן, רב פון דער צענטראל-שול אין ראשון לציון
- הרב יוסף פון נחלת הר חב"ד
- הרב ישראל, משפיע אין דער תומכי תמימים ישיבה אין חולון
- יהודה לייב
- דאס ווייב פון הרב אליעזר בראד, רב פונעם יישוב כרמי יוסף
- דאס ווייב פון הרב יוסף יצחק קאפלאן, רב פונעם יישוב סתריה
- דאס ווייב פון הרב לימא ווילהעלם, משפיע אין דער חב"ד ישיבה פון דעטרויט
רעפערענצן
- אריה ערליך, שומר פונעם כפר אין משפחה 548, כ"ט שבט תשע"ה (ענגליש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!