אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שלמה זאב צווייגענהאפט"

ק
החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)"
ק (החלפת טקסט – "יידישע געבורט דאטום" ב־"אידישע געבורט דאטום")
ק (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)")
שורה 12: שורה 12:
שוין אלס קליין קינד האט זיך הרב שלמה זאב צווייגנהאפט שטארק אויסגעצייכענט מיט זיין לערנען, און ווען ער איז געווען צוועלף יאָר אַלט, איז ער אָנגענומען געווארן אין דער ישיבה פון [[אמסטאוו|אמסטאווער]] רב – הרב דוב בער איינהארן. די ישיבה אין אמסטאוו איז געווען פאררעכנט ווי איינער פון די בעסטע ישיבות אין פוילן און איז געווען באוואוסט אלס "אמת-טוב". ביי די פערצן יאר אלט האט הרב צווייגענהאפט שוין געוואוסט בעל פה גאנץ [[מסכת זבחים|זבחים]] און [[מסכת מנחות|מנחות]] [[תלמוד בבלי|גמרא]] מיט [[רש"י]] און [[תוספות]].
שוין אלס קליין קינד האט זיך הרב שלמה זאב צווייגנהאפט שטארק אויסגעצייכענט מיט זיין לערנען, און ווען ער איז געווען צוועלף יאָר אַלט, איז ער אָנגענומען געווארן אין דער ישיבה פון [[אמסטאוו|אמסטאווער]] רב – הרב דוב בער איינהארן. די ישיבה אין אמסטאוו איז געווען פאררעכנט ווי איינער פון די בעסטע ישיבות אין פוילן און איז געווען באוואוסט אלס "אמת-טוב". ביי די פערצן יאר אלט האט הרב צווייגענהאפט שוין געוואוסט בעל פה גאנץ [[מסכת זבחים|זבחים]] און [[מסכת מנחות|מנחות]] [[תלמוד בבלי|גמרא]] מיט [[רש"י]] און [[תוספות]].


נאך אמסטאוו איז הרב צווייגענהאפט אנגענומען געווארן אלס תלמיד פון "קיבוץ גבוה" פון [[ראדאמסק (הויף)|ראדאמסק]], וואס איז געווען פון די חשוב'סטע מקומות התורה, דארט איז ער געווארן א תלמיד פון הגאון הרב [[דוד משה ראבינאוויטש]], דער איידעם פונעם [[ראדאמסק (הויף)|ראדאמסקער]] רבי'ן.
נאך אמסטאוו איז הרב צווייגענהאפט אנגענומען געווארן אלס תלמיד פון "קיבוץ גבוה" פון [[ראדאמסק (חסידות)|ראדאמסק]], וואס איז געווען פון די חשוב'סטע מקומות התורה, דארט איז ער געווארן א תלמיד פון הגאון הרב [[דוד משה ראבינאוויטש]], דער איידעם פונעם [[ראדאמסק (חסידות)|ראדאמסקער]] רבי'ן.


=== מוסמך פון דער קאזשיגלאווער רב - ראש ישיבה פון חכמי לובלין ===
=== מוסמך פון דער קאזשיגלאווער רב - ראש ישיבה פון חכמי לובלין ===
נאך א צייט אין "קיבוץ גבוה", איז הרב שלמה זאב געווארן א פערזענליכער תלמיד פון דער קאזשיגלאווער רב - הרב [[אריה צבי פראמער]] דער מחבר פון "[https://www.hebrewbooks.org/41553 שיח השדה]" און "[https://www.hebrewbooks.org/606 ארץ צבי]", אלס יונגערמאן איז ער געווען דער ממלא מקום פון דער "[[אברהם בארנשטיין|אבני נזר]]"  אלס [[ראש ישיבה]] פון [[סאכאטשאוו (הויף)|סאכאטשאוו]], און יארן שפעטער נאך דער פטירה פון הרב [[יהודה מאיר שפירא|מאיר שפירא]] איז ער געווארן דער [[ראש ישיבה]] פון [[חכמי לובלין]]. נאך א פאר יאר פון לערנען ביים קאזשיגלאווער רב האט רב שלמה זאב צווייגענהאפט געקראגן סמיכה פון אים. דאס איז געווען אַ גרויסע זכות ווייל דער קאזשיגלאווער רב האט שטארק נישט גערן געגעבן סמיכה, אפילו נישט צו זיין אויסגעצייכענטע תלמידים, איבער די יארן, פון איבער טויזנט תלמידים, בלויז פינף תלמידים האבן זוכה געווען צו באקומען סמיכה פון אים.<ref name="ReferenceA">[[המודיע]] ([[ענגליש]]) כ"ה תמוז תשע"א, קנין לשבת דף 11</ref>
נאך א צייט אין "קיבוץ גבוה", איז הרב שלמה זאב געווארן א פערזענליכער תלמיד פון דער קאזשיגלאווער רב - הרב [[אריה צבי פראמער]] דער מחבר פון "[https://www.hebrewbooks.org/41553 שיח השדה]" און "[https://www.hebrewbooks.org/606 ארץ צבי]", אלס יונגערמאן איז ער געווען דער ממלא מקום פון דער "[[אברהם בארנשטיין|אבני נזר]]"  אלס [[ראש ישיבה]] פון [[סאכאטשאוו (חסידות)|סאכאטשאוו]], און יארן שפעטער נאך דער פטירה פון הרב [[יהודה מאיר שפירא|מאיר שפירא]] איז ער געווארן דער [[ראש ישיבה]] פון [[חכמי לובלין]]. נאך א פאר יאר פון לערנען ביים קאזשיגלאווער רב האט רב שלמה זאב צווייגענהאפט געקראגן סמיכה פון אים. דאס איז געווען אַ גרויסע זכות ווייל דער קאזשיגלאווער רב האט שטארק נישט גערן געגעבן סמיכה, אפילו נישט צו זיין אויסגעצייכענטע תלמידים, איבער די יארן, פון איבער טויזנט תלמידים, בלויז פינף תלמידים האבן זוכה געווען צו באקומען סמיכה פון אים.<ref name="ReferenceA">[[המודיע]] ([[ענגליש]]) כ"ה תמוז תשע"א, קנין לשבת דף 11</ref>


== ראש השוחטים פון פוילן ==
== ראש השוחטים פון פוילן ==
הרב צוויגענהאפט איז אויפגעוואקסן אין א פאמיליע פון שוחטים, זיין פאטער, זיידע, און עלטער זיידע, זענען אלע געווען שוחטים און ער האט פון זיי מקבל געווען א מסורה אין שחיטה. ווען הרב צווייגענהאפט איז געווען בלויז א פערצן יאר אלט בחור און האט נאך געלערנט אין אמסטאוו, איז דער אמסטאווער רב א מאל גערופן געווארן ביי די שוחטים פון דער שטאט צו קומען און זאגן זיי ווי צו האנדלען מיט א שווערער קשיא אין שחיטה. וויבאלד דער אמסטאווער רב האט  האט געהאלטן מיטן רעדן צו הרב שלמה זאב, האט ער געבעטן אז ער זאל אים באגלייטן צום שעכט-הויז, ווען די שוחטים האבן געוויזן זייער פראבלעם צום אמסטאווער רב, האט רב צווייגענהאפט גלייך אויפגעהויבן דאס חלף און האט זיי געוויזן ווי אזוי צו טאן די שחיטה און פון דעמאלט אן האט דער אמסטאווער רב געגעסן פלייש נאר ווען זיין תלמיד הרב צוויגנהאפט איז געווען דער שוחט. ווען דער אמסטאווער רב האט פארציילט צום רב פון פלאוונא (הרב יצחק מרדכי ראבינאוויטש) אז ער האט א פערצן יאר אלט בחור וואס קען מער וועגן שחיטה ווי אלע עלטערע שוחטים וועלכע ער האט געטראפן, האט דער פלאוונער רב געבעטן אז ער זאל שיקן רב צווייגנהאפט צו אים, און דער פלאוונער רב האט איבער געגעבן צו הרב צוויגענהאפט די מסורה אין שחיטה וואס ער האט געהאט פון זיין זיידע דער "[[שלמה הכהן ראבינאוויטש|תפארת שלמה]]" פון [[ראדאמסק (הויף)|ראדאמסק]]. די דאזיקע מסורה איז ביים [[ראדאמסק (הויף)|ראדאמסקער]] רבי - רבי שלמה חנוך ראבינאוויטש – געווען אזוי חשוב, אז ער האט נאר געגעסן פלייש נאר ווען ער איז געווען זיכער, אז רב צווייגענאפט איז געווען דער שוחט, און ווען דער [[חיים אלעזר שפירא|מנחת אלעזר]] איז געקומן אין [[סאסנאווצע]] פאר א ראדומסקער שמחה האט ער זיך אויך אזוי געפירט.
הרב צוויגענהאפט איז אויפגעוואקסן אין א פאמיליע פון שוחטים, זיין פאטער, זיידע, און עלטער זיידע, זענען אלע געווען שוחטים און ער האט פון זיי מקבל געווען א מסורה אין שחיטה. ווען הרב צווייגענהאפט איז געווען בלויז א פערצן יאר אלט בחור און האט נאך געלערנט אין אמסטאוו, איז דער אמסטאווער רב א מאל גערופן געווארן ביי די שוחטים פון דער שטאט צו קומען און זאגן זיי ווי צו האנדלען מיט א שווערער קשיא אין שחיטה. וויבאלד דער אמסטאווער רב האט  האט געהאלטן מיטן רעדן צו הרב שלמה זאב, האט ער געבעטן אז ער זאל אים באגלייטן צום שעכט-הויז, ווען די שוחטים האבן געוויזן זייער פראבלעם צום אמסטאווער רב, האט רב צווייגענהאפט גלייך אויפגעהויבן דאס חלף און האט זיי געוויזן ווי אזוי צו טאן די שחיטה און פון דעמאלט אן האט דער אמסטאווער רב געגעסן פלייש נאר ווען זיין תלמיד הרב צוויגנהאפט איז געווען דער שוחט. ווען דער אמסטאווער רב האט פארציילט צום רב פון פלאוונא (הרב יצחק מרדכי ראבינאוויטש) אז ער האט א פערצן יאר אלט בחור וואס קען מער וועגן שחיטה ווי אלע עלטערע שוחטים וועלכע ער האט געטראפן, האט דער פלאוונער רב געבעטן אז ער זאל שיקן רב צווייגנהאפט צו אים, און דער פלאוונער רב האט איבער געגעבן צו הרב צוויגענהאפט די מסורה אין שחיטה וואס ער האט געהאט פון זיין זיידע דער "[[שלמה הכהן ראבינאוויטש|תפארת שלמה]]" פון [[ראדאמסק (חסידות)|ראדאמסק]]. די דאזיקע מסורה איז ביים [[ראדאמסק (חסידות)|ראדאמסקער]] רבי - רבי שלמה חנוך ראבינאוויטש – געווען אזוי חשוב, אז ער האט נאר געגעסן פלייש נאר ווען ער איז געווען זיכער, אז רב צווייגענאפט איז געווען דער שוחט, און ווען דער [[חיים אלעזר שפירא|מנחת אלעזר]] איז געקומן אין [[סאסנאווצע]] פאר א ראדומסקער שמחה האט ער זיך אויך אזוי געפירט.


ביי אכצן יאר אלט איז רב צווייגנהאפט שוין געווען דער שוחט פון ראדומסק, [[עלקוש]], [[אמסטאוו]], [[וואלבראם]], און ראש השוחטים פון דער גרויסער שטאט סאסנאווצע, א ביסל שפעטער ווען דער [[ועד ראשי השוחטים דמדינת פולין וליטא]] איז געגרינדעט געווארן דורך די גדולי הדור איז הרב צווייגענהאפט געווארן דער יונגסטער פון די זיבן ראשי השוחטים פון פוילן און ליטא.<ref>[[המודיע]] ([[ענגליש]]) ג' אב תשע"א, קנין לשבת דף 3</ref>
ביי אכצן יאר אלט איז רב צווייגנהאפט שוין געווען דער שוחט פון ראדומסק, [[עלקוש]], [[אמסטאוו]], [[וואלבראם]], און ראש השוחטים פון דער גרויסער שטאט סאסנאווצע, א ביסל שפעטער ווען דער [[ועד ראשי השוחטים דמדינת פולין וליטא]] איז געגרינדעט געווארן דורך די גדולי הדור איז הרב צווייגענהאפט געווארן דער יונגסטער פון די זיבן ראשי השוחטים פון פוילן און ליטא.<ref>[[המודיע]] ([[ענגליש]]) ג' אב תשע"א, קנין לשבת דף 3</ref>