אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ישכר בער פון ראדאשיץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "{{חסידות־שטומף}}" ב־"{{שטומף|חסידות}}")
ק (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)")
שורה 1: שורה 1:
'''רבי ישכר בער באַראָן זצ"ל''' ([[ה'תקכ"ה]] - [[י"ח סיון]] [[ה'תר"ג]]) איז געווען דער ערשטער [[ראדאשיץ (הויף)|ראדאשיצער]] [[רבי]]. באקאנט אלס דער סבא קדישא.  
'''רבי ישכר בער באַראָן זצ"ל''' ([[ה'תקכ"ה]] - [[י"ח סיון]] [[ה'תר"ג]]) איז געווען דער ערשטער [[ראדאשיץ (חסידות)|ראדאשיצער]] [[רבי]]. באקאנט אלס דער סבא קדישא.  


== אפשטאם ==
== אפשטאם ==
שורה 29: שורה 29:


== תלמידים ==
== תלמידים ==
* רבי [[שלמה הכהן ראבינאוויטש]], דער "תפארת שלמה" פון [[ראדאמסק (הויף)|ראדאמסק]]
* רבי [[שלמה הכהן ראבינאוויטש]], דער "תפארת שלמה" פון [[ראדאמסק (חסידות)|ראדאמסק]]
* רבי נתן דוד שידלאווצער
* רבי נתן דוד שידלאווצער
* רבי [[אלימלך שפירא]] פון [[קאזשניץ (הויף)|גראדזשיסק]]
* רבי [[אלימלך שפירא]] פון [[קאזשניץ (חסידות)|גראדזשיסק]]
* רבי [[דוד האלבערשטאם (קשאנאוו)|דוד'ל קשאנאווער]]
* רבי [[דוד האלבערשטאם (קשאנאוו)|דוד'ל קשאנאווער]]



רעוויזיע פון 07:30, 13 מערץ 2023

רבי ישכר בער באַראָן זצ"ל (ה'תקכ"ה - י"ח סיון ה'תר"ג) איז געווען דער ערשטער ראדאשיצער רבי. באקאנט אלס דער סבא קדישא.

אפשטאם

רבי ישכר בער איז געבוירן אין יאר ה'תקכ"ה צו זיין פאטער הרב יצחק, א משמש ביים מעזריטשער מגיד, א זון פון הרב ישכר בער, און צו זיין מוטער מרת מרים א שוועסטער פונעם ראדאשיצער דיין, הר"ר זונדל.

זיינע רביס

רבי ישכר בער איז געווען א תלמיד פון דעם חוזה פון לובלין, דער ייד הקדוש פון פרשיסחא, דער קאזשניצער מגיד און דער אפטער רב נאך זיין חתונה האט רבי ישכר בער געוואוינט אין חמעלניק וואו ער איז געווארן נאנט צו הר"ר אליעזר ליפא (זון פונעם רבי'ן ר' מיילעך).

הסתלקות

רבי ישכר בער איז נפטר געווארן י"ח סיון ה'תר"ג.

פאמיליע

רבי ישכר בער האט געהייראט מרת ביילא א טאכטער פון הרב מרדכי פון חענטשין. זייערע קינדער:

  • הרב ישראל יצחק באראן
  • הרב מאיר באראן
  • מרת רבקה פערל די ווייב פון הרב יצחק פינקלער
  • מרת מרים
  • די ווייב פון חיים יוסף

תלמידים

חסידות

ער האט פארשריבן אלע תורות וואס ער האט געהערט פונעם אפטער רב אין דעם ספר "תורת אמת". צווישן זיינע חסידים איז געווען הר"ר חיים דוד בערנהארד, דער "רבי דאקטאר".

פון זיינע תורות

אויפן פסוק למען ייטב לי בעבורך וחיתה נפשי בגללך (בראשית יב, יג) זאגט רש"י: יתנו לי מתנות זיי וועלן געבן מיר מתנות. איז דאך שווער, צי איז דאס געווען אברהם אבינו'ס ציל אין לעבן צו דערגרייכן מתנות? ס'שטייט דאך ושונא מתנות יחיה (משלי טו, כז)! ענטפערט ר' ישכר בער פון ראדאשיץ, אז דאס איז גאר געווען זיין כוונה. אז די מצרים וועלן געבן מיר מתנות, און איך וועל אפזאגן, דעמאלטס ושונא מתנות יחיה וועל איך לאנג לעבן ווייל איך האב אפגעזאגט די מתנות, וועט טאקע זיין למען ייטב לי בעבורך.

Shtreimel2017.jpg דער ארטיקל בנוגע חסידות איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!