בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,364
רעדאגירונגען
ק ((diffedit)) |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 31: | שורה 31: | ||
=== המן'ס גזירה === | === המן'ס גזירה === | ||
נאך די מעשה, העכערט אחשורוש דעם ראנג פון זיין מיניסטער [[המן האגגי]]. אויפ'ן באפעל פונעם קעניג ביקט זיך יעדער אינעם הויף צו המן, חוץ מרדכי וואס האט זיך אויף קיין פאל נישט געביקט | נאך די מעשה, העכערט אחשורוש דעם ראנג פון זיין מיניסטער [[המן האגגי]]. אויפ'ן באפעל פונעם קעניג ביקט זיך יעדער אינעם הויף צו המן, חוץ מרדכי וואס האט זיך אויף קיין פאל נישט געקניט אדער געביקט. המן ווערט זייער אויפגערעגט אויף מרדכי'ס חוצפה, און מאכט אפ צו הרג'ען מרדכי און אלע אידן אלס נקמה. המן ווארפט גורל אויף וועלכע טאג זאל דאס ווערן אויסגעפירט, און עס קומט אויס דעם דרייצענטען פון חודש אדר. המן גייט איבעררעדן אחשורוש צו פארטיליגן דאס פאלק, און איז גרייט צו געבן 10,000 שטיק זילבער פאר'ן קעניג'ס שאצקאמערן. אחשורוש שטימט צו און געט איבער זיין קעניגליכן רינג פאר המן צו אפשטעמפלען א קעניגליכן באפעל צו הרג'ען אלע אידן און זאגט אויך אפ דאס נעמען די פארגעשלאגענע געלט. אין י"ג ניסן ווערט געשריבן בריוון אין אלע שפראכן, געשטעמפלט, און געשיקט מיט לויפערס צו אלע פעלקער זיך צו גרייטן צום דרייצענטן פון חודש אדר צו הרג'ען און באראבעווען אלע אידן וואס זענען אינעם [[פערסישע אימפעריע|פערסישן אימפעריע]]. | ||
ווען מרדכי | ווען מרדכי דערוויסט זיך פונעם גזירה, צערייסט ער זיינע קליידער, טוט אָן א זאַק און לייגט אש אויפ'ן קאפ, און גייט ארום אין די גאסן מיט א געוואלד ביזן קעניגליכן טויער. די גזירה קומט דערווייל אן צו די איבריגע אידן אין די פערסישן אימפעריע, און זיי הייבן אויך אָן פאסטן און טרויערן. די באדינערקעס דערציילן אסתר און זי שיקט קליידער צו איבערטון מרדכי, אבער מרדכי זאגט אפ. אסתר באפעלט הֲתָך, איינער פון קעניג'ס הערן, צו נאכפרעגן וואס גייט פאָר. מרדכי דערצייט אים אלעס וואס קומט פאר, און ווי המן טוט ווירקן ביים קעניג מיט געלט צו אומברענגען די אידן. ער געט איבער פאר התך'ן דעם אפיציעלן דאקומענט וואס רופט צו הרג'ענען די אידן ער זאל עס ווייזן פאר אסתר, און גלייכצייטיג איר באפעלן צו גיין זיך איינבעטן ביי אחשורוש צו אפזאגן די גזירה. צום ערשט וויל אסתר נישט, ווייל פאר'ן גיין צום קעניג אָן אַן איינלאדונג, ווייסט יעדער, באקומט מען טויט שטראף, אבער נאך אסאך בעטן און סטראַשן שטימט אסתר צו, און בעט צו איינזאמלען אלע שושן'ע אידן צו פאסטן פאר דריי טעג און נעכט, צוזאמען מיט איר און אירע מוידן. | ||
=== | אחשורוש נעמט אויף אסתר און אסתר בעט אחשורוש צו קומען פאר א סעודה מיט המן. ביים סעודה בעט אסתר נאכאמאל אחשורוש צו קומען פאר נאך א סעודה מיט המן אויף מארגנס. המן קערט זיך אהיים צופרידן נאכן ערשטע סעודה, אבער באגעגענט זיך מיט מרדכי וואס וויל זיך נישט בוקן צו איהם ווערט ער אויפגערעגט. מיט די עצה פון זרש זיין ווייב און ליבהאבער, גרייט ער צו א בוים פון פופציג איילן הויך צו אויפהענגען מרדכי אויף דעם ווי שנעלער איינמאל אחשורוש געט איהם רשות. | ||
=== מרדכי'ס כבוד און המן'ס דערנידערונג === | |||
יענע נאכט האט אחשורוש נישט געקענט איינשלאפן, האט ער גערופן זיין באדינער צו איהם פארליינען אינעם "ספר דברי ימים" פון פרס. די ספר האט זיך אויפגעמישט פון זיך אליין צו די מעשה פון בגתן און תרש, אחשורוש פארלאנגט אז מען זאל באצאלן מרדכי פארן ראטעווען זיין לעבן, אחשורוש זוכט איינער פון זיינע מינערסטארן צו זיך שואל עצה זיין ווי אזוי צו באלוינען מרדכי, המן איז דארט געוועהן צו פרעגן רשות צו אויפהענגען מרדכי, אחשורוש פרעגט המן ווי אזוי מען קען באלוינען איינער וואס דארף ווערן באלוינט אן דערמאנן מרדכי'ס נאמען. המן מיינט אז מען רעדט פון איהם, הייבט ער אן צו אויסרעכן א סעריע פון אויסערווענדליכע באלוינעגען: מען זאל אן טוהן פאר יענעם מאן די קעניגליכן קליידער, ארוים רייטן מיטן קעניגליכן פערד ארוים די גאסן פון שטאט דורך א מיניסטאר פון קעניג, און ער זאל אויס רופן: "ככה ייעשה לאיש אשר המלך חפץ ביקרו" - אזוי טוט מען פארן מענטש וואס די קעניג וויל באלוינן. אחשורוש האט ליב המן עצה און באפעלט המן דאס צו טוהן פאר מרדכי, אז ער אליין זאל ארום פירן מרדכי אין די גאסן פון די שטאט. חז"ל דערציילן אונז אז ווען המן האט ארוים געפירט מרדכי האט המן טאכטער געמיינט אז איר טאטע איז אויפן פערד און מרדכי פירט די פערד, האט זי אויסגעגאסן די בית הכסא מיסט אויף דער וואס פירט דער פערד, נאך ווי וואס זי איז באוויסטיג געווארן אז עס איז איר טאטע וואס פירט די פערד, האט זי ארויפ געפאלן פון הויז און געשטראבען. המן איז געגאנגען זיך אפרעדעט צו זיין פאמיליע און צו זיין באדינערס אויף דער דערנידערונג וואס מען האט איהם דערנידערט, האבן זיי איהם געענפערט: "אִם מִזֶּרַע הַיְּהוּדִים מָרְדֳּכַי אֲשֶׁר הַחִלּוֹתָ לִנְפֹּל לְפָנָיו לֹא תוּכַל לוֹ כִּי נָפוֹל תִּפּוֹל לְפָנָיו". | |||
=== ביטול הגזירה === | === ביטול הגזירה === | ||
רעדאגירונגען