בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,367
רעדאגירונגען
| שורה 27: | שורה 27: | ||
אסתר ווערט גענומען צו די פלאץ ווי די מיידלעך גרייטן זיך צו טרעפן אחשורוש, און געפעלט שטארק ביים פארוואלטער הגי. זי ווערט אויסגעקליבן צו זיין איינע פון די פאטענציעלע נייע קעניגן. אסתר פארציילט קיינעם נישט איר אידישע אפשטאם לויט די אנווייזונגען פון מרדכי. מרדכי קוקט שטענדיג נאך איר צו זען וואס זי מאכט. נאכן אריבערגיין די צוגרייטונגען וואס האט גענימען גאנצע 12 חדשים, ווערן געברענגט צו אחשורוש אלע פאטענציעלע קעניגן, צום סוף ווערט אסתר אויסגעוועלט צו זיין די נייע קעניגן. | אסתר ווערט גענומען צו די פלאץ ווי די מיידלעך גרייטן זיך צו טרעפן אחשורוש, און געפעלט שטארק ביים פארוואלטער הגי. זי ווערט אויסגעקליבן צו זיין איינע פון די פאטענציעלע נייע קעניגן. אסתר פארציילט קיינעם נישט איר אידישע אפשטאם לויט די אנווייזונגען פון מרדכי. מרדכי קוקט שטענדיג נאך איר צו זען וואס זי מאכט. נאכן אריבערגיין די צוגרייטונגען וואס האט גענימען גאנצע 12 חדשים, ווערן געברענגט צו אחשורוש אלע פאטענציעלע קעניגן, צום סוף ווערט אסתר אויסגעוועלט צו זיין די נייע קעניגן. | ||
אין יענע צייט איז מרדכי א באאמטער אינעם קעניגליכן הויף. אין איינע פון די טעג הערט ער זיך אונטער ווי צוויי טויער-היטערס, בִּגְתָן און תֶרֶשׁ, קאָנספּירירן צו ערמארדן אחשורוש, מרדכי גייט שנעל פארציילן פאר אסתר און זי פארציילט נאך די פלאן פאר אחשורוש. בגתן און תרש ווערן אויפגעהאנגען, און עס ווערט פארשריבן אינעם קעניגליכן כראָניק אז מרדכי האט געראטעוועט דער קעניג'ס לעבן. | |||
אין יענע | |||
=== המן'ס גזירה === | === המן'ס גזירה === | ||
נאך די מעשה, | נאך די מעשה, העכערט אחשורוש דעם ראנג פון זיין מיניסטער [[המן האגגי]]. אויפ'ן באפעל פונעם קעניג ביקט זיך יעדער אינעם הויף צו המן, חוץ מרדכי וואס האט זיך אויף קיין פאל נישט געביקט, "לא יכרע ולא ישתחווה". המן ווערט זייער אויפגערעגט אויף מרדכי'ס חוצפה, און מאכט אפ צו הרג'ען מרדכי און אלע אידן אלס נקמה. המן ווארפט גורל אויף וועלכע טאג זאל דאס ווערן אויסגעפירט, און עס קומט אויס דעם דרייצענטען פון חודש אדר. המן גייט איבעררעדן אחשורוש צו פארטיליגן דאס פאלק, און איז גרייט צו געבן 10,000 שטיק זילבער פאר'ן קעניג'ס שאצקאמערן. אחשורוש שטימט צו און געט איבער זיין קעניגליכן רינג פאר המן צו אפשטעמפלען א קעניגליכן באפעל צו הרג'ען אלע אידן און זאגט אויך אפ דאס נעמען די פארגעשלאגענע געלט. אין י"ג ניסן ווערט געשריבן בריוון אין אלע שפראכן, געשטעמפלט, און געשיקט מיט לויפערס צו אלע פעלקער זיך צו גרייטן צום דרייצענטן פון חודש אדר צו הרג'ען און באראבעווען אלע אידן וואס זענען אינעם פערסישן קעניגרייך. דער קעניג און המן זעצן זיך טרינקען אין די שטאט שושן איז אין טרויער. | ||
ווען | ווען מרדכי באוואוסט זיך פונעם גזירה צערייסט ער זיינע קליידער און טוט אן א זאק און לייגט אש אויפ'ן קאפ, און אזוי גייט ער ארום אין די גאסן און טויערן פון קעניגליכן פאלאץ. די גזירה איז דערווייל אנקומען צו די איבעריגע אידן אין די פערסישן אימפעריע, און האבן אויך אנגעהויבן פאסטען און טרויערן. מרדכי בעט אסתר צו באאיינפלוסען אחשורוש צו אפזאגן די גזירה, עס איז זייער געוואגט פאר אסתר ווייל גיין צום קעניג אן א איינלאנדיגנ באקומט מען טויט שטראף. צוום ערשט וויל אסתר נישט אבער נאך אסאך בעטן שטימט אסתר צו. אחשורוש נעמט אויף אסתר און אסתר בעט אחשורוש צו קומען פאר א סעודה מיט המן. ביים סעודה בעט אסתר נאכאמאל אחשורוש צו קומען פאר נאך א סעודה מיט המן אויף מארגנס. המן קערט זיך אהיים צופרידן נאכן ערשטע סעודה, אבער באגעגענט זיך מיט מרדכי וואס וויל זיך נישט בוקן צו איהם ווערט ער אויפגערעגט. מיט די עצה פון זרש זיין ווייב און ליבהאבערס, גרייט ער צו א בוים פון פופציג איילן הויך (25 מעטער) צו אויפהענגן מרדכי אויף דעם ווי שנעלער איינמאל אחשורוש געט איהם רשות. | ||
=== "בלילה ההוא נדדה שנת המלך" === | === "בלילה ההוא נדדה שנת המלך" === | ||
רעדאגירונגען