אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קרדיט + קטגוריות)
ק (החלפת טקסט – "#ווייטערפירן \[\[(?!רוי:)" ב־"#ווייטערפירן [[רוי:$1")
צייכן: ווייטערפירונג-ציל געענדערט
 
(2 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
די '''ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט''' פון [[אלבערט איינשטיין]] איז געבויט אויף דער טעאריע פון רעלאטיוויטעט פון [[גאלילעא]] לויט וואס באוועגונג איז אלעמאל רעלאטיוו. איינשטיין האט געענדערט די טעאריע פון גאלילעא בעיקר ביי הויכע גיכן. אריינגעבויט אין דער טעריע איז אז [[ליכט]] פארט שטענדיג מיט דעם זעלבן גיך, נישט קיין אונטערשיט ווי גיך פארט דער מענטש וואס טוט אים מעסטן. מען האט דאס באשטעטיגט אין דעם באוואוסטן עקספערימענט פון מיכאלסאן-מארלי.
#ווייטערפירן [[רוי:טעאריע פון רעלאטיוויטעט#ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט]]
 
איינער פון די קאנסעקווענצן פון דער טעאריע איז אז זאכן ווערן קירצער וואס גיכער זיי גייען. דאס טוט מען באמערקן נאר ביי גאר הויכע גיכן.
 
[[איינשטיין]] האט אויפגעטון אז [[צייט]] און פלאץ זענען פארבינדן איינס מיט אנאנד. און אז צייט איז רעלאטיוו, דאס מיינט אז עס קען לויפן שנעלער אדער שטייטער ווי די צייט אויף א צוייטן פלאץ. לויט דער טעאריע קומט אויס אז צייט לויפט שטייטער פאר אוביעקטן וואס רירן זיך מיט א גרויסע שנעלקייט, רעלאטיוו צו אביעקטן וואס רירן זיך שטייטער.
 
א קאנסעקווענץ פון דער טעאריע איז אז מאס איז רעלאטיוו צו [[ענערגיע]] [[E=mc²]], און די מאטריאל קען פארוואנדלט ווערן צו [[ענערגיע]] צ. ב. [[נוקלעארע ענערגיע]] פון [[אוראניום]] אדער די [[זון]] [[שטראל]]ן.
 
== דער צווילינג משל ==
לויט איינשטיין'ס טעאריע קען אויסקומען דער פאלגנדער משל מיט די צווילינג: אויב צוויי ברודער ווערן געבוירן אויף דער וועלט אין דער זעלבער צייט. לאמיר זיי רופן ראובן און שמעון. איין טאג פליט ראובן ארויף מיט א ראקעט וואס פארט גאר שנעל (קרוב צו דער [[גיך פון ליכט]]). פאר ראובן שפירט עס ווי ער פליט פאר אפאר סעקונדעס, און זיין זייגער ווייזט אויך אזוי. ווען ראובן קומט צוריק אראפ, טרעפט ער שמעון אן אלטן מענטש, און שמעון זאגט אים אז ער האט געווארט פאר אים פופציג יאר. וויבאלט ראובן איז געפארן גאר שנעל, איז צייט פאר אים געגאנגען אסאך שטייטער ווי די צייט פון שמעון וואס איז נישט געפארן אזוי שנעל.
 
=== נאסא'ס פראבע ===
נאסא האט אויספרובירט איינשטיין'ס טעאריע מיט צוויי אטאמישע זייגערס וואס מען האט אנגעשטעלט אויף גענוי דער זעלבער צייט. איין זייגער האט מען ארויפגעשיקט מיט א [[ראקעט]] וואס איז געפארן זייער שנעל (אבער נישט גענוג שנעל אז דער חילוק אין צייט זאל קענען באמערקט ווערן דורך מענטשן). ווען מען האט צוריק אראפגעברענגט דעם זייגער און אים פארגלייכט מיט דעם אנדערן האט מען געזען אז ער איז טאקע אנדערש מיט א חלק פון א סעקונדע, גענוי וויפיל עס וואלט געדארפט זיין לויט דער טעאריע פאר דער שנעלקייט מיט וואס דער ראקעט איז געפארן.
 
== זעט אויך ==
* [[אלגעמיינע טעאריע פון רעלאטיוויטעט]]
 
[[קאַטעגאָריע:פיזיק]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

יעצטיגע רעוויזיע זינט 10:20, 11 יאנואר 2023