אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גלעב אוספענסקי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 09:53, 22 נאוועמבער 2022

 

גלעב אוספּענסקי איז געווען אַ בעדייטענדער רוסישער שריפֿטשטעלער װעלכער האָט געלעבט אין טולאַ צװישן 1840 און 1902, װעלכן פּעטער קראָפּאָטקין בעצייכענט אַלס אַן "אײנזאַמער קלאַסיקער פֿון זיין צייט". ער האָט געשריבן נאָװעלען אָן אַ סטריקט נאָװעליסטישן קאַראַקטער. ד.ה. ער האָט צו זײער פֿאָלקספּסיכאָלאָגיע אויך צוגעפֿירט עטנאָגראַפֿיע, דעמאָגראַפֿיע און אַפֿילו אויך פּראָפּאַגאַנדאַ.

דאָס אַלעס שפּיגלט זיך אָב אין זיין אײן װערק "רואין". אין דער װערק שילדערט ער די גליקזעליגקייט װאָס עס האָבן געפֿילט די פױערים פֿון דאָרף אונטער דער פּאַנשטשינאַ, און װי אַלעס איז פֿעראונגליקט געװאָרן מיט דער אָבשאַפֿונג פֿון דעמזעלבן. דאָם איז אַ פּאַזע אין דער געשיכטע װעלכע איז פֿון קײנעם אין זיין ציט נאָטירט געװאָרן.

װען ער פֿירט אוף אַ טיפּ אויף זײן בינע שטעלט ער אים פֿאָר ניט בלויז אַלס אַ אַ טיפּ, נאָר דיסקוטירט זיינע אַנזיכטן. אויף דיעזער װייזע װאַגט ער אויך נביאות צו זאָגן איבער דאָס קינפֿטיגע לעבן פֿון די פּויערים אױף זייערע דערפֿער. ער האָט די פּאָליטישע פֿראַגן פֿון טאָג אַריינגעלײגט אין מויל פֿון זײנע טיפּן, און שטיליסטיש זיי געפֿירט צװישן די גרענצן װאָס די נאָװעלע בילדעט. זער גרויס שעצט ער דעם געבילדעטען קלאַס װאָס װירקט צוגונסטן פֿון דעם אָרימען קלאַס. ער רייניגט אָב פֿון װעג אַלע פֿאָראורטײלע װאָס עקזיסטירן צװישן בײדע. צװײ פּונקטן װאָס ציען די בעװאונדערונג איבער אוספּענסקי זיינען 1) אַליין האָט ער געלעבט אין אַ גרויסע אינדוסטריעלע שטאָט און דאָך האָט ער געקאָנט דאָס דאָרפֿישע לעבן. אַזוי רעאַל און אַזוי פּסיכאָלאָגיש, 2) דאָס ער האָט בעװיזן צוס ערשטן מאָל, אַז סאָציאַלע פּראָבלעמע קענען ניט בעהאַנדעלט װערן אַריפֿמעטיש, נאַר מוזן געפֿינען זייער לעזונג אין דער פּסיכאָלאָגיע פֿון דעם קלאַס אַרום װעלכן זיי האַנדלען. אין אַ דאָרף הינטער נאָװגאָראָד האָט ער געלערנט די װיכטיגקייט פֿון דער ראָלע װאָס דער אַקערבויער שפּילט אין דעם לעבן פֿון אַ פֿאָלק, און זיין בעדײטונג פֿאַר דער מענשליכער קולטור.

זיין בעסטעס װערק איז: "די קראַפֿט פֿון דער ערד", אַרױסגעגעבן אין יאָר 1882.

קוואַלן

דער דאָזיגער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט "אוספּענסקי גלעב" אין דער אַלגעמיינער אילוסטרירטער ענציקלאָפעדיע (באַנד 2), וואָס איז היינט אינעם רשות-הרבים.