רוי:גלעב אוספענסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

גלעב אוספּענסקי איז געווען אַ בעדייטענדער רוסישער שריפטשטעלער וועלכער האָט געלעבט אין טולאַ צווישן 1840 און 1902, וועלכן פּעטער קראָפּאָטקין בעצייכענט אַלס אַן "איינזאַמער קלאַסיקער פון זיין צייט". ער האָט געשריבן נאָוועלען אָן אַ סטריקט נאָוועליסטישן קאַראַקטער. ד.ה. ער האָט צו זייער פאָלקספּסיכאָלאָגיע אויך צוגעפירט עטנאָגראַפיע, דעמאָגראַפיע און אַפילו אויך פּראָפּאַגאַנדאַ.

דאָס אַלעס שפּיגלט זיך אָב אין זיין איין ווערק "רואין". אין דער ווערק שילדערט ער די גליקזעליגקייט וואָס עס האָבן געפילט די פויערים פון דאָרף אונטער דער פּאַנשטשינאַ, און ווי אַלעס איז פעראונגליקט געוואָרן מיט דער אָבשאַפונג פון דעמזעלבן. דאָם איז אַ פּאַזע אין דער געשיכטע וועלכע איז פון קיינעם אין זיין ציט נאָטירט געוואָרן.

ווען ער פירט אוף אַ טיפּ אויף זיין בינע שטעלט ער אים פאָר ניט בלויז אַלס אַ אַ טיפּ, נאָר דיסקוטירט זיינע אַנזיכטן. אויף דיעזער ווייזע וואַגט ער אויך נביאות צו זאָגן איבער דאָס קינפטיגע לעבן פון די פּויערים אויף זייערע דערפער. ער האָט די פּאָליטישע פראַגן פון טאָג אַריינגעלייגט אין מויל פון זיינע טיפּן, און שטיליסטיש זיי געפירט צווישן די גרענצן וואָס די נאָוועלע בילדעט. זער גרויס שעצט ער דעם געבילדעטען קלאַס וואָס ווירקט צוגונסטן פון דעם אָרימען קלאַס. ער רייניגט אָב פון וועג אַלע פאָראורטיילע וואָס עקזיסטירן צווישן ביידע. צוויי פּונקטן וואָס ציען די בעוואונדערונג איבער אוספּענסקי זענען 1) אַליין האָט ער געלעבט אין אַ גרויסע אינדוסטריעלע שטאָט און דאָך האָט ער געקאָנט דאָס דאָרפישע לעבן. אַזוי רעאַל און אַזוי פּסיכאָלאָגיש, 2) דאָס ער האָט בעוויזן צוס ערשטן מאָל, אַז סאָציאַלע פּראָבלעמע קענען ניט בעהאַנדעלט ווערן אַריפמעטיש, נאַר מוזן געפינען זייער לעזונג אין דער פּסיכאָלאָגיע פון דעם קלאַס אַרום וועלכן זיי האַנדלען. אין אַ דאָרף הינטער נאָווגאָראָד האָט ער געלערנט די וויכטיגקייט פון דער ראָלע וואָס דער אַקערבויער שפּילט אין דעם לעבן פון אַ פאָלק, און זיין בעדייטונג פאַר דער מענשליכער קולטור.

זיין בעסטעס ווערק איז: "די קראַפט פון דער ערד", אַרויסגעגעבן אין יאָר 1882.

קוואַלן

דער דאָזיגער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט "אוספּענסקי גלעב" אין דער אַלגעמיינער אילוסטרירטער ענציקלאָפעדיע (באַנד 2), וואָס איז היינט אינעם רשות-הרבים.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!