אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שמואל ראזאווסקי"
ק (צמא לדעת האט באוועגט בלאט שמואל ראזאווסקי צו רבי שמואל ראזאווסקי) |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי שמואל ראזאווסקי צו רוי:רבי שמואל ראזאווסקי אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:22, 9 יאנואר 2023
מיט הרב משה שמואל שפירא ראש ישיבת באר יעקב |
הרב שמואל ראָזאָווסקי (כ"ב טבת ה'תרע"ג, 1טן יאנואר 1913, גראדנע - כ"ז תמוז ה'תשל"ט, 17טן יולי 1979, בני ברק) איז געווען דער ראש ישיבה פון דער פּאָניוועזשער ישיבה אין בני ברק. זיינע שיעורים האָבן געצויגן אסאך תלמידים, און זיין לומדות האט געהאט א גרויסן איינפלוס איבער דער ישיב'ישער וועלט.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן אין גראדנע (הוראדנא) לרב מיכל דוד ראָזאָווסקי, איינער פון די מורה הוראה'ס אין שטאט. ער האט געלערנט אין דער ישיבה "שער התורה" ביי רבי שמעון שקאפ – פון וועמען האט ער אויסגעלערנט זיין דרך אין לערנען. אין יאר ה'תרצ"ו איז ער ארויף קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיינ'ס א ידיד הרב זלמן ראטבערג, שפעטער געווארן ראש ישיבה אין בית מאיר, כדי זיך צו פארמיידען פון ווערן אריינגענומען אין דער פוילישער מיליטער. די צוויי האבן געלערנט אין דער פתח תקווה ישיבה ביי הרב ראובן כץ, וואס האט זיי געהאלפן באקומען סערטיפיקאטן כדי אריינצוקמען אין ארץ ישראל.
תלמידים
- הרב יעקב עדלשטיין
- הרב גרשון עדלשטיין
- הרב יהודה עדס, תלמיד מובהק ראש ישיבת קול יעקב
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!