אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ישיבת עץ חיים"
ק (החלפת טקסט – "פרנק" ב־"פראנק") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט עץ חיים צו רוי:עץ חיים אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) צייכן: באַדייטן-לינקס |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 22:11, 8 יאנואר 2023
ישיבת עץ חיים איז דער נאמען פון אן אוראלטער ישיבה פונעם אלטן יישוב אין ירושלים, וואס שליסט איין א תלמוד תורה, ישיבה און א כולל.
היסטאריע
י"ח סיון ה'תר"א (יוני 1841) האט הרב שמואל סאלאנט געגרינדעט דעם "עץ חיים" תלמוד תורה. די קלאסן זענען געווען פארשפרייט צווישן פארשידענער חדרים אין דער אלטשטאט. ערשט אין תרי"ז (1857) האט מען צענטראליזירט די תלמידים אין א גרופע געביידעס אינעם חצר פון דער חורבה שול, צוזמען מיטן ירושלימער בית דין, ווען מ'האט געגעבן צו דער תלמוד תורה דעם נאמען "ישיבת עץ חיים".
די נשיאים פונעם מוסד זענען געווען הרב ישעיה בארדאקי, הרב שמואל סאלאנט, הרב משה יהודה לייב פון קוטנא און הרב שמעון זרחי פון טאבריג.
די ערשטע ראשי ישיבה זענען געווען הרב שמואל סלנט און הרב משה נחמיה כהנאוו. פון תרי"ז ביז תרכ"ה האט געדינט אויך הרב משה יהודה לייב פון קוטנא, און נאך דער פטירה פון הרב כהנאוו האט געדינט הרב אליעזר דן רלב"ג (תרמ"ז-תרנ"ה). ווען הרב איסר זלמן מעלצער איז ארויפגענומען קיין ארץ ישראל אין תרפ"ה (1925) האט מען אים באשטימט ראש ישיבה ביז זיין פטירה. מען האט באשטימט הרב אריה לעווין משגיח פון דער תלמוד תורה.
נאך דער פטירה פון הרב מעלצער האט מען באשטימט זיין איידעם הרב אהרן קאטלער ראש ישיבה, און ווען ער איז געווען אין ארץ ישראל האט ער געזאגט א שיעור אין דער ישיבה יעדע וואך.
היינט
אין דער ראם פון דער תלמוד תורה לערנען מער ווי 500 תלמידים, אויך זענען פאראן נאך צווייגן פון דער תלמוד תורה, אין רמות און אין גבעת שאול געגנט, ביתר עילית.
באקאנטע תלמידים פון עץ חיים
- הרב צבי פסח פראנק
- הרב יעקב משה חרל"פ
- הרב שלמה זלמן אויערבאך
- הרב משה יאיר וויינשטאק
- הרב שלמה בנימין הלוי אשלג
- הרב שלמה גורן, הויפט רב פון ישראל
- הרב אברהם אלקנה כהנא שפירא, הויפט רב פון ישראל
- הרב יעקב ניסן ראזנטאל, אב"ד חיפה
- הרב חיים יעקב גאלדוויכט ראש ישיבת כרם ביבנה
- הרב ישראל יעקב פישער, ראב"ד העדה החרדית
- הרב אליעזר יהודה וואלדנבערג, "ציץ אליעזר"
- הרב יעקב אריה אלטער, האדמו"ר מגור
- הרב שמואל אויערבאך, ראש ישיבת מעלות התורה
- הרב יעקב אריה מיליקאווסקי, אמשינאווער רבי
- הרב עזריאל אויערבאך
- הרב יצחק זילבערשטיין
- הרב יצחק דוד גראסמאן, רב פון מגדל העמק
- הרב אברהם יהושע סאלאווייטשיק, ראש ישיבת בריסק
- הרב שאר ישוב כהן, רבה הראשי האשכנזי של חיפה
- הרב מנחם פרוש
- אברהם משה לונץ, זשורנאליסט וחוקר ארץ ישראל
- האלוף שמואל גונן (גאראדיש)
- פראפעסאר יוסף יואל ריוולין
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!