אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יעקב יודא דאסקאל"
ק (החלפת טקסט – "גרענעצ" ב־"גרעניצ") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט יעקב יודא דאסקאל צו רוי:יעקב יודא דאסקאל אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 19:01, 8 יאנואר 2023
יעקב יודא (יענקי) דאסקאל (געב' ה'תשמ"א, 1981), איז א חסידישער זינגער און קאמפאניסט. ער איז דער הויפט סאליסט פונעם וויזשניצער כאר אין בני ברק.
לעבענסגעשיכטע און בארופליכע קאריערע
ר' יענקי דאסקאל איז געבוירן געווארן אין קרית וויזשניץ בני ברק צו זיין פאטער הרב יחיאל מיכל, פון דער בארומטער, דאסקאל פאמיליע, וואס ווערט באטראכט אלס אן אויפפאלנדע און אלס איינע פון די חשוב'סטע משפחות פונעם וויזשניצער חסידות אין בני ברק.
דאסקאל האט אנגעפאנגען זיין מוזיקאלישע קאריערע, ווען ער האט אנגעהויבן צו זינגען די תפילות, און ניגונים אין די טישן וועלכע זענען אפגעראכטן געווארן אינעם וויזשניצער הויף ביים פריערדיגן רבי'ן הרה"ק רבי משה יהושע האגער, אויף שבתים און ימים טובים, מיט דער באטייליגונג פון טויזנטער חסידים.
אומגעפער א יארצענדלינג צוריק, האט ער אנגעהויבן צו דינען אלס דער הויפט סאליסט פונעם וויזשניצער כאר אין אירע אויפטריטן און אלבומען.
אין דעם גרויסארטיגן מעמד פון סיום הש"ס, וואס איז פארגעקומען אין דעם "יד אליהו" סטאדיאן אין יאר 2005, האט דאסקאל אויפגעטראטן אלס א הויפט סאליסט פארנט פון א פובליקום פון צענדליגע טויזנטער אנטיילנעמער, א פאראנשטאלטונג צוליב וועלכער איז ער מוזיקאליש און געזעלשאפטליך אויפגעדעקט געווארן אויף א ברייטן פארנעם.
זיין הויפטזעכליכע מוזיקאלישע טעטיגקייט פירט ער אויס אין וויזשניץ ביים רבי'ן רבי ישראל האגער, אין פארשידענע געלעגנהייטן אזוי ווי ימים טובים, שמחות און אנדערע פאראנשטאלטונגען פונעם וויזשניצער הויף, ווי אויך שבתים ביים טיש און ביים דאווענען זינגט ער די רירנדע און הארץ-ערגרייפנדע ניגונים און יצירות וועלכע זענען שוין לאנג באוואוסט אויך אויסערהאלב פונעם וויזשניצער חסידות.
זייענדיג א טיכטיגער און א באגאבטער זינגער און בעל תפילה, וואס האט זיך ערווארבן א שיינעם נאמען אין פארלויף פון די יארן, ווערט ער איינגעלאדנט צו זינגען אין פארשידענע פאראנשטאלטונגען פון דער חרדישער געמיינדע אין ארץ ישראל און אויסלאנד.
דאסקאל האט אנטייל גענומען אין פילצאליגע מוזיקאלישע פראיעקטן, אזוי ווי צום ביישפיל די פאפולארע סעריע פון "לחיים טיש" פון יוסף משה כהנא און אנדערע, אבער הויפטזעכליך איז ער טעטיג אין די מוזיקאלישע יצירות פון וויזשניץ אזוי ווי די סעריע אלבומען "א וויזשניצער ניגון", די אלבומען "שבת אין וויזשניץ", "עתיקין" און נאך.
לעצטענס פירט ער זיך צו פארן קיין אמעריקע אויף די ימים נוראים, וואו ער דינט אלס א בעל תפילה אין דער צענטראלער שוהל פון לעיקוואד. גלייך נאכדעם פארט ער צוריק אהיים קיין ארץ ישראל צו זינגען אין דער צענטראלער יערליכער שמחת בית השואבה אין וויזשניץ, וואו עס קומען אהין טויזנטער אידן זיך צו מחייה זיין פון די לעבעדיגע טישן און פון דער אומגעהויערע שמחה וואס הערשט דארט.
דאסקאל האט זאגאר קאמפאזירט נייע ניגונים און לידער פאר'ן וויזשניצער הויף, און עטליכע פון זיי האבן אפילו דורכגעבראכן די גרעניצן פונעם חסידות. צווישן די ניגונים קען מען אריינרעכענען: "הכל יודוך", "מרן דבשמיא", "ואילו פינו מלא שירה", "קרוץ מחומר" און נאך.
אין די לעצטע יארן האט דאסקאל באקומען א צוזעצליכע אויפטראג: ער קאמאזירט דעם יערליכן טראדיציאנעלן מארש וואס ווערט געזינגען ראש השנה אין דעם וויזשניצער הויף, און ווערט פארהיינטיגט יעדעס יאר.
דאסקאל איז פארהייראטעט און א פאטער פון זיבן קינדער.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!