אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זיסע קארטאפל"
ק (החלפת טקסט – "קארעע" ב־"קארעא") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט זיסע קארטאפל צו רוי:זיסע קארטאפל אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 18:07, 8 יאנואר 2023
זיסע קארטאפל | ||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
בליענדיקע זיסע קארטאפל אין האנג קאנג
זיסע קארטאפל ווארצלען
| ||||||||||||||||
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע | ||||||||||||||||
| ||||||||||||||||
בינאמינאלישער נאמען | ||||||||||||||||
Ipomoea batatas (L.) Lam. |
זיסע קארטאפל אדער זיס־קאַרטאפל, אויך גערופן באַטאַטע, (ענגליש: sweet potato, העברעאיש: בטטה) איז א ווארצל געוואוקס וועלכע איז היינט איינע פון די הויפט שפייזן איבער די וועלט פאר מענטשן און בהמות. די זיס־קארטאפל האט אן אראנזשן קאליר אין דרינען.
כאטש עס ווערט גערופן קארטאפל, און זעט אויס אביסל ווי א קארטאפל, איז ער אבער באטאניש נישט פון דעם זעלבן מין.
היסטאריע
דער מקור פון דער זיס־קארטאפל איז פון צענטראל אמעריקע.
מקורות אין פערו ווייזן אז מען האט זיך שוין באנוצט דערמיט מיט איבער אכט טויזנט יאר פאר דער ציווילער ציילונג.
אין יאפאן ווערט עס שוין געגעסן אויף א ברייטן פארנעם זינט 1735 און אין קארעא זינט 1764.
פראדוקציע
אין כינע וואקסט זי די מערסטע איבער דער וועלט, מיט אריבער אכציג מיליאן טאן א יאר.
אין די פאראייניגטע שטאטן איז צפון קאראליינע די הויפט שטאט זי צו קולטיווירן. דערנאך קומט לואיזיאנא, מיסיסיפי און קענטאקי וועלכע שטעלן אינאיינעם צו ארום פערציג פראצענט פונעם פארנוץ אין לאנד.
באניאטא
אין די קאראאיבישע אינזלען עסט מען דעם באניאַטא, א זיס־קארטאפל וואס האט א קרעם קאליר. דער באניאטא האט א טעם צווישן א געהעריגער קארטאפל און א זיסער קארטאפל.
אזוי ווי אן עכטער קארטאפל האלט ער נישט לאנג, און זיין אייגנשאפט איז צו ווערן שנעל קאליע נאכן שיילן. דערפאר איז כדאי גלייך נאכן אפשיילן צו לייגן אין וואסער אדער קאכן אדער פרעגלען.
ער איז זייער גוט צו מאכן דערפון צעקוועטשטע קארטאפל אדער געפּרעגלט.
וועבלינקען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!