אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:וואלפסבערג"
ק (החלפת טקסט – "{{אייראפע-געא-שטומף}}" ב־"{{שטומף|געאגראפיע פון אייראפע}}") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט וואלפסבערג צו רוי:וואלפסבערג אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 17:42, 8 יאנואר 2023
|
וואלפסבערג (דייטשיש: Wolfsberg, סלאוועניש: Volšperk), איז א שטאט אין דעם פעדעראלן לאנד קארינטיע אין עסטרייך, וואס ווערט פארעכנט אויכעט אלס איינע פון קארינטיע'ס פראווינצן די שטאט ציילט אפ ארום 25,000 איינוואוינערס לויט דעם עסטרייכישן צענזוס ביורא.
פילצאליגע בערגן און פעסטונגען רינגלען ארום די שטאט. עס זענען פאראן אין וואלפסבערג אויסגעפינסן נאך פון דער בראנדז עפאכע און פון האלשטאט קולטור עפאכע. אין דעם זעכצנטן יארהונדערט איז די שטאט געווען א צענטער פון דער רעפארמאציע.
געאגראפיע
די שטאט געפינט זיך דעם לאוואנט טייך טאל (דייטשיש: Lavant), הארט אין די אלפן בערג. דער צפון-מערב'דיגער וועג ארויף צו פאקסטאל בארג פאברבייגאנג (דייטשיש: Packsattel berg übergang), פארבינדט וואלפסבערג מיטן שטעטל וואויטסבערג אין שטיריע (דייטשיש: Voitsberg in Styria). וואלפסבערג דיסטריקט געביט דעקט צו א פלאך פון 279 קילאמעטער (108 קוואדראטן מייל), און איז דער פערטער גרעסטער דיסטריקט געביט אין גאנץ עסטרייך.
היסטארישע איינצלהייטן
אויסגעפינסן פון דער בראנדז עפאכע, און פון דער האלשטאט קולטור צייט, באווייזן אז מענטשן האבן זיך באזעצט אין דעם געביט פון וואלפסבערג שוין אין דער רוימישער עפאכע.
אין דעם 11טן יאהונדערט דער שטח פון וואלפסבערג פלעגט געהערן צו לענדערייען אין דעם הערצאגטום פון קארינטיע פון די מיטל אלטער טעג, וועלכע זענען איבערגעגעבן געווארן צום בישאפ-פרינץ פון באמבערג, ווארשיינליך דורך דעם קייזער הענרי דער צווייטער, שוין אין יאר 1007. דער שלאס העכער דער שטאט איז צום ערשטן מאל דערמאנט געווארן אלס "וואלפספערך" אין יאר 1178, אין א געשיכטע איבערן סאנקט פאול קלויסטער אין לאוואנטאל. דער דערנעבנדיגער זידלונג ארט איז געווארן דער פארוואלטונג צענטער פון די קארינעטישע געביטן פון באמבערג, און אין יאר 1331 האט די שטאט באקומען רעכטן פון א געהעריגער שטאט.
אין יאר 1338 זענען די אידישע איינוואוינערס פון דער שטאט פארטריבן געווארן. אין דער ענדע פונעם 14טן יארהונדערט, איז די ביישטאט וועלכע פלעגט זיך געפינען אויף דער אנדערער זייט פון דער בריק, איינגעגלידערט געווארן צו וואלפסבערג אלס א אונטערשטאט. אין ביידע זייטן פון דער שטאט האט מען געבויט מויערן וואס שפעטער זענען באפעסטיגט געווארן נאך שטערקער און האבן באשיצט די שטאט פון די איבערפאלן פון די אונגארישע און די טורקס.
אין 1716, 170 הייזער אין וואלפסבערג זענען גענצליך פארניכטעט געווארן אין א שרעקליכער שריפה. אין יאר 1759, וואלפסבערג, צוזאמען אינאיינעם מיט די אנדערע באזיצונגען פון דעם באבענבערגער הויז, זענען אפגעקויפט געווארן דורך די האפסבורגערס. נאכדעם וואס דער פארקויף און דער אנוואקס פון וויינשטאקן האט זיך היפש רעדוצירט זענען אייזן-האנדל און פארארבעטונג שטארק ארויפגעשטיגן און געווארן די וויכטיגסטע ווירטשאפט צווייגן פון דער שטאט. אין יאר 1780 האט פראנץ פאול פון הערבס געגרינדעט אין וואלפסבערג א פאבריק פון בליי-ווייס. אין 1846 האט דער גראף הוגא הענקל פון דאנערסמארק באקומען די הערשאפט איבער דער שטאט.
דורך דער צווייטער וועלט קריג האט זיך געפינען דארט א קריג-געפאנגענע לאגער מיט אומגעפער 35 מאנשאפט מיטגלידער און איבער 7,000 געפאנגענע פון פוילן, האלאנד, פראנקרייך, בעלגיע, יוגאסלאוויע, סאוועטן פארבאנד, ענגלאנד, קאנאדע און איטאליע. אין 18טן דעצעמבער 1944 זענען 46 געפאנגענע מיט נאך דריי בירגער אומגעברענגט געווארן דורך א העפטיגן באמבעס אנגריף. נאך דער ענדע פון דעם בריטישן באזעצונג דאס פלאץ פלעגט באדינען אלס דער וויכטיגסטער אינטערנירונג-לאגער וואו פיזיש-שוואכע ארעסטאנטן פון דעם בריטישן באזעצונג געגנטער זענען געהאלטן געווארן. שפעטער האט מען ארעסטירט און אהין געברענגט ארום 3,000-4,000 קריג פארברעכערס און מענטשן וואס האבן געהערט צו נאצי ארגאניזאציעס. אין 1948 איז דער לאגער איבערגעגעבן געווארן צו די עסטרייכישע באהערדן.
ווירטשאפט
אין דער פארגאנגענהייט די שטאט פלעגט זיין א צענטער פון האנדל און טראנספארט צוליב איר לאקאציע צווישן יודנבורג און דעם דרומ'דיגן חלק פונעם לאנד. יארן צוריק פלעגט מען אויסהאקן דארט גאלד און זילבער, הויפטזעכליך אין דעם 16טן יארהונדערט, אבער אין דעם 19טן יארהונדערט האט מען אויפגעהערט אויסהאקן גאלד און זילבער וויבאלד דעמאלטס, ווירשאפטליך ס'איז האט זיך שוין נישט געלוינט. אויסער גאלד אין זילבער איז אויסגעהאקט געווארן אין דער געגנט פון דער שטאט, אין דער ווייטערע פארגאנגענהייט אויכעט קויל, אבער צולעצט, אין יאר 1986, ס'איז האט זיך אויפגעהערט צוליב דער זעלבער אויבערדערמאנטער סיבה. היינט צו טאגס עס זענען פאראן אין דער שטאט און אויכעט אין דעם באצירק וואלפסבערג פילצאליגע אינדוסטריעלע פירמעס, טייל פון זיי זענען טאכטער-געזעלשאפטן פון פארשיידענע גרויסע אינטערנאציאנאלע אונטערנעמען. צווישן זיי זענען אריינגערעכנט אין די פירמעס די פאלגנדע ווירטשאפט צווייגן: טוריזם, לאנדווירטשאפט און אייזן האנדל. נישט ווייט פון דער שטאט געפינט זיך אויכעט א לופטפעלד.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!