אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אברהם פינטער"
ק (החלפת טקסט – "מעדיע" ב־"מידיע") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט אברהם פינטער צו רוי:אברהם פינטער אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 14:39, 8 יאנואר 2023
הרב אברהם יהושע העשיל פינטער (תש"ט בערך — כ' ניסן תש"פ) איז געווען דער מנהל פון דער יסודי התורה מיטלשולע פאַר מיידלעך אין סטאַמפאָרד היל, און אַ חשובער עסקן אין דער סטעמפארד היל חרדישער קהילה. ער איז אָפטמאָל געבעטן פון דער נאַציאָנאַלע מידיע איבערגעבן די מיינונג פון חרדישע אידן. ער איז געווען אויך אַ מיטגליד אין דער לאָנדאָנער באָראָ פון העקני ראַט, מטעם דער לייבאָר פּאַרטיי.
אברהם פינטער איז דער צווייטער זון פון הרב שמואל שמעלקע פינטער, מנהל פון די יסודי התורה שולעס אין לאָנדאָן קרוב צו 50 יאָר, און רב פון דעם ישועות חיים בית המדרש.
אברהם פינטער האָט געהייראַט חיה גיטל רחל בעק (תש"ז - י"א אדר ב' תשע"ד), א טאָכטער פון רבי משה יעקב בעק, דער אפשער רב.
הרב פּינטער איז געווען אַ קוראַטאָר פון דער התאחדות קהלות החרדים אין לאָנדאָן.
ער איז נפטר געוואָרן חול המועד פסח תש"פ פון דער קאָוויד-19 מגיפה.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!