מייבאים כמותיים, בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, מנטרים, מייבאים, מעדכנים, אספקלריה רעדאקטארן
3,951
רעדאגירונגען
(←איבערזעצן ארטיקלען: רעדאגירונג) |
(←רעפערענצן און נאטיצן: רעדאגירונג) |
||
| שורה 48: | שורה 48: | ||
*קאטאגאריעס און פארשידענע מוסטערן וואס דארפן דארט זיין (צב"ש, קרעדיט פאר וויקיפעדיע). | *קאטאגאריעס און פארשידענע מוסטערן וואס דארפן דארט זיין (צב"ש, קרעדיט פאר וויקיפעדיע). | ||
==רעפערענצן און נאטיצן== | ==רעפערענצן און נאטיצן== | ||
ביים ענדע פון יעדער ארטיקל, זענען פראהאן צוויי קאפיטלען מיט די קעפלעך "נאטיצן" און "רעפערענצן". די צוויי זענען ווי הערות פון אונטן באקאנט פון געווענליכע ספרים. זענען אבער דא פארשידנע חילוקים צווישן די צוויי, ווי אויך איינגעפירטע נארמעס צו האלטן די ארטיקלען אין המכלול אייניג. | |||
די חילוק צווישן רעפערענצן און נאטיצן איז, אז נאטיצן איז בעיקר געווידמעט צו '''ערקלערן''' די אינהאלט פון די ארטיקל, און די רעפערענצן איז בעיקר עס '''אונטערצושטיצן''' מיט מקורות. געבויעט אויף דער געדאנק דארף מען ניצן די צוויי. | |||
אין די רעפערענצן וועט מען לייגן: | |||
*מראה מקומות. מען זאל דאס פארצייכענען אין איינקלאנג מיט די ריכטליניעס איבער [[המכלול:ביבליאגראפיע|ביבליאגראפיע]], וואס לויטן, אין איין ווארט, אז עס דארף שטיין: די נאמען פונעם שרייבער, די טיטל פונעם ספר/מאמר, [נאמען זושרנאל - אויב רעלעוואנט] , פלאץ, און יאר געדרוקט. דערנאך א מראה מקום אין די ספר - בעסער א בלאט נומער. | |||
*ציטאטן. צומאל זעט דער שרייבער פאר ריכטיג אויך צו ציטירן א זאץ-צוויי פון די מקור, דאס לייגט מען על פי רוב נאכן מראה מקום, מיט די מוסטער {{מל|ציטוטון}}. | |||
*דוגמאות. א ביישפיל אונטערצושטיצן א פאקט דערמאנט אין די ארטיקל, ווי א מקור איז נישט אזוי רעלעוואנט. צום ביישפיל; שרייבנדיג אויף די רש"י'ן, אז ער זאגט אמאל "לא ידעתי", קען ווערן אונטערגעשטיצט מיט אפאר דגומאות אין א רעפערענץ (אזוי ווי עס איז [[ע:רש"י#מידותיו והליכותיו|פאקטיש געטון געווארן אין המכלול העברי]]). | |||
*ביבליאגראפישע נאטיצן. אזעלכע זאצן ווי: "זעט איבערדעם אין .....", "מערערע מקורות געזאמלט דורך....", און דערגלייכן. | |||
*נאטיצן. ווען עס זענען דא ווייניג נאטיצן, וועט מען זיי צוזאמשטעלן מיט די רעפרענצן אין איין קאפיטל. ווען עס זענען דא אונטער דריי נאטיצן גייען זיי זיכער אריין צווישן די רעפערענצן, אבער צומאל אפילו ווען עס זענען דא מער. | |||
פאלגענד זענען זאכן וואס מען וועט לייגן אין די נאטיצן. די זאכן אויסגערעכנט ערשיינען צומאל אין די ארטיקל זעלבסט, אבער צומאל, געוואנדן אין די נאטור פון די טעמע, וועט עס גיין אין די נאטיצן: | |||
*ערקלערונגען. אויב איז נייטיג אמאל מסביר צו זיין אדער קלארשטעלן זאכן וואס ווערן דערמאנט אין די ארטיקל, טוט מען עס אין א נאטיץ. צום ביישפיל, אויב די כראנאלאגיע איבער געשעעשנישן איז אומקלאר, וועט מען צו צייכענען אויף וועמען די דאטומען אין ארטיקל איז באזירט; אזוי אויך אלטערנאטיווע דאטומען, ("דאטומען לויט א. הויכנברעגער. לויט ב. מיכלגרובער, האט די אינוואזיע פאסירט אום 1652 און זיך געענדיקט אומ 1658"). | |||
*הוכחות. די באווייזן וואס פארשער האבן צו א געוויסע באהויפטונג, אויב זענען זיי וויכטיג, וועלן זיי צומאל דערמאנט ווערן אין די נאטיצן. | |||
*שקלא וטריא. אין תורה'דיגע ארטיקלען, ווען די שיטות אין די ראשונים און די פוסקים ווערן קאמפלאצירט, זענען נאטיצן א ניצליכע מיטל צו האלטן די ארטיקל זעלבסט פשוט און גרינג, אינדערצייט וואס די נאטיצן ברענגען ארויס די מפולפל'דיגע, דקות'דיגע אדער לומד'ישע חילוקים צווישן די שיטות. | |||
*פארשידנארטיגס. נאטיצן זענען דער אומאפציעלע פלאץ וואו שרייבער רוקן אריין ווארע וואס געהערט נישט אין די ארטיקל זעלבסט, אבער איז צו וויכטיג אדער באליבט אז דער שרייבער זאל אינגאנצן אויפגעבן דערויף. דאס איז ערלויבט בעיקר אין ארטיקלען וואו עס זענען סיי ווי דא מערערע נאטיצן, און נאך איינס וועט נישט שאדן. | |||
מען קען צוצייכענען רעפערענצן אין די נאטיצן דארט וואו עס איז שייך. | |||
כדי די רעפערענצן און נאטיצן זאלן ערשיינען אין זייערע קאפיטלען ווי עס באדארף צו זיין, דארף מען לייגן ביים ענדע פון די ארטיקל די פאלגענדע קאוד: | |||
<nowiki>==נאטיצן==</nowiki> | |||
<nowiki>{{ביאורים}}</nowiki> | |||
<nowiki>==רעפערענצן==</nowiki> | |||
<nowiki>{{הערות שוליים}}</nowiki> | |||
==אנהייב== | ==אנהייב== | ||
==מיטגלידערשאפט== | ==מיטגלידערשאפט== | ||
רעדאגירונגען