מייבאים כמותיים, בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, מנטרים, מייבאים, מעדכנים, אספקלריה רעדאקטארן
2,983
רעדאגירונגען
ק (←ארבעטן אויף אן ארטיקל: הגהה) |
(←איבערזעצן ארטיקלען: רעדאגירונג) |
||
שורה 27: | שורה 27: | ||
==איבערזעצן ארטיקלען== | ==איבערזעצן ארטיקלען== | ||
==איבערזעצן ארטיקלען== | |||
די ארבעט פון בויען א ברייטע אידישע ענציקלאפעדיע, טוט אין גרויס טייל ארייננעמען דאס איבערזעצן ארטיקלען פון המכלול העברי און פון וויקיפעדיע אין פארשידענע שפראכן. ספיציפיש, אין וועלטליכע טעמעס אין וואס היימישע פארשער און שרייבער אינטרעסירן זיך ווייניגער, און פראדוצירן ווייניגער קוועלער. | |||
פאלגענד זענען עטליכע פונקטן, נקודות למחשבה, וויאזוי צוצוגיין צום ארבעט פון איבערזעצן אן ארטיקל, אזוי אז עס זאל זיין פון א גוטע | |||
קוואלעטעט. | |||
*צוגאנג – באטראכט דיין ארבעט אלס שרייבן אן ארטיקל באזירט אויף איין מקור, ווי איידער אלס איבערזעצן אן עקזיסטירנדע ארטיקל. אין פראקטיק מיינט עס אז מען זאל מאריך און מקצר זיין לפי הענין, אנדערש זיך ארויס ברענגן און אפילו אנדערש מסדר זיין די גאנצע ארטיקל אויב פעלט עס אויס. די ארגענעלע ארטיקלען האבן נישט קיין שום קדושה אדער חשיבות, און דער עיקר איז צו שרייבן נאטורליך און פליסיג, צוגעפאסט צום היימישן ליינער. | |||
*באקאנטשפאט – זעצט איבער ארטיקלען איבער טעמעס וואס איר קענט און פון וואס איר פארשטייט די טעמינאלאגיע. איר מוזט נישט זיין קיין מומחה אדער אפילו טיילווייז געלערנט דערין, אבער איר מוזט האבן כאטש עפעס א הבנה אין דער ענין, גענוג אויף גרונטליך צו פארשטיין וואס איר ליינט אין די ארטיקלען דערוועגן. | |||
*שפראך – זעצט איבער בלויז פון שפראכן וואס איר קענט, און פארלאזט אייך נישט אינגאנצן אויף מעכאנישע איבערזעצערס. דאס מיינט על פי רוב ענגליש און עברית. ווידער, איר מוזט נישט זיין א פליסיגער רעדנער אין די שפראכן, ניטאמאל דארפט איר קענען דער הויער וואקאבלור מיט וואס ארטיקלען אין געוויסע טעמע ווערן געשריבן; איר דארפט אבער יא קענען וויסן בערך וואס די שרייבער וויל ארויס ברענגן, און קענען כאפן דעם מעכאנישע איבערזעצער ביי טעותים. איר מעגט אבער יא, מיט גרויס פארזיכטקייט, קוקן אויב א וויקיפעדיע אין אן אומבאקאנטע שפראך דערמאנט א ווערדפולע פונקט וואס איר קענט צולייגן צו אייער ארטיקל. טוט דאס אין שפראכן ווי די מעכאנישע איבערזעצער איז גאקאנט צו טויגן, ווי פראנצויזיש, דייטש און שפאניש. | |||
*קוועלער – אין פרינציפ, טוט דער כלל אז מען קען נישט אראפ ברענגן א מקור אן עס נאכקוקן קודם גילטן אויך ביים איבער זעצן, און דאס מיינט אז איר דארפט נאכגיין יעדער רעפרעננץ צוגעצייכנט אין א וויקיפעדיע ארטיקל איידער איר ברענגט עס אראפ. דאס איז אבער אן אומרעאליסטישע פארלאנג, און א בחינה פון גזירה שאין רוב הציבור יכול לעמוד בה; און דערפאר קענט איר רוהיגערהייט ברענגען מקורות אן עס נאכקוקן, ווילאנג עס איז דא א קרעדיט מוסטער ביים ענדע פון די בלאט. אויב אזוי פארוואס דערמאנט מען עס דא בכלל? כדי מען זאל געדענקן אז די לכתחילה שבלכתחילה איז יא נאכצוקוקן די מקורות... | |||
אזוי אויך זענען כאטש טיילווייז גיליטיג די אויבנדערמאנטע פונקטן לגבי שרייבן אן ארטיקל. | |||
==געבוי פון די ארטיקלען== | ==געבוי פון די ארטיקלען== | ||
אין המכלול לייגט מען א געוויכט אז די ארטיקלען זאלן אויסזען די זעלבע און זאלן זיין אויסגעשטעלט ענדליך. דער אויסשטעל שטאמט פון המכלול העברי (און דארטן קענט איר טרעפן [[באלערנדע הילף בלעטער דערוועגן]]), וואס מאכט נאך וויקיפעדיע (דארטן איז אויך דא [[וואס צו ליינען]]). אויפן שפיץ גאפל זענען די ארטיקלען אויסגעשטעלט ווי פאלגענד: | אין המכלול לייגט מען א געוויכט אז די ארטיקלען זאלן אויסזען די זעלבע און זאלן זיין אויסגעשטעלט ענדליך. דער אויסשטעל שטאמט פון המכלול העברי (און דארטן קענט איר טרעפן [[באלערנדע הילף בלעטער דערוועגן]]), וואס מאכט נאך וויקיפעדיע (דארטן איז אויך דא [[וואס צו ליינען]]). אויפן שפיץ גאפל זענען די ארטיקלען אויסגעשטעלט ווי פאלגענד: |
רעדאגירונגען