אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:הורדוס אנטיפאס"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "ײַ" ב־"יי")
ק (החלפת טקסט – "שולדיק" ב־"שולדיג")
שורה 17: שורה 17:


== דער גירוש פון אַנטיפּאַס ==
== דער גירוש פון אַנטיפּאַס ==
אין בערך 39 אצ"ר, האָט [[אגריפס דער ערשטער]], דער שוואָגער פון אַנטיפּאַס, באַקומען די די הערשאפט איבערן [[גולן]], [[בשן]] און די [[חורן]], ערטער וואס האט געהערט צו [[פיליפוס]] און איז ערקלערט געווארן אלס קעניג איבער די טעריטאריעס. האָט העראָדיאַס דערטריבן אַנטיפּאַס צו פרעגן דעם נייעם קייסער [[גייוס קאַליגולע]] פאַר אַ מלכות אויך. אַגריפּאַס געפעלט דער פּלאַן נישט. ער האָט באַשולדיקט אַנטיפּאַס אין פאַרשײדענע פאַרברעכנס צום קייסער. קייסער האָט געגלייבט אַגריפּאַס. הורדוס אַנטיפּאַס איז פארטריבן געוואָרן קיין [[פראַנקרייך]] אָדער [[שפּאַניע]] (די שטאָט Lugdunum אויף [[לאטיין|לאַטיין]]). אגריפס האט דערנאך באקומען פון קאליגולע די ראיאנען אונטערן הערשאפט פון אנטיפס, די גליל אין עבר הירדן.
אין בערך 39 אצ"ר, האָט [[אגריפס דער ערשטער]], דער שוואָגער פון אַנטיפּאַס, באַקומען די די הערשאפט איבערן [[גולן]], [[בשן]] און די [[חורן]], ערטער וואס האט געהערט צו [[פיליפוס]] און איז ערקלערט געווארן אלס קעניג איבער די טעריטאריעס. האָט העראָדיאַס דערטריבן אַנטיפּאַס צו פרעגן דעם נייעם קייסער [[גייוס קאַליגולע]] פאַר אַ מלכות אויך. אַגריפּאַס געפעלט דער פּלאַן נישט. ער האָט באַשולדיגט אַנטיפּאַס אין פאַרשײדענע פאַרברעכנס צום קייסער. קייסער האָט געגלייבט אַגריפּאַס. הורדוס אַנטיפּאַס איז פארטריבן געוואָרן קיין [[פראַנקרייך]] אָדער [[שפּאַניע]] (די שטאָט Lugdunum אויף [[לאטיין|לאַטיין]]). אגריפס האט דערנאך באקומען פון קאליגולע די ראיאנען אונטערן הערשאפט פון אנטיפס, די גליל אין עבר הירדן.


{{הורדוס הויז צייטליניע}}
{{הורדוס הויז צייטליניע}}

רעוויזיע פון 01:37, 29 דעצעמבער 2022

קעניגן און געוועלטיגער מבית הורדוס

הורדוס אַנטיפאַטער (גריכיש: Ἡρῴδης Ἀντίπατρος, Hērǭdēs Antipatros; געבוירן פריער פון 20 פאַר דער ציווילער רעכענונג – געשטאָרבן נאָך 39 לויט דער ציווילער רעכענונג), באַקאנט מיטן ביינאמען אַנטיפאַס, איז געווען אן ערשטן־יאָרהונדער הערשער איבער גליל און פעראיע.

פריצײטיקע לעבן

הורדוס אַנטיפּאַס איז געבוירן געוואָרן צו מלך הורדוס און איינער פון זיינע ווייבער, מאַלטאַסע, אין בערך 20 יאָר פאַר דער איצטיקער צייט־רעכענונג (אצ"ר).

מען ווייסט נישט קיין סך וועגן זיין קינדהייט, אָבער משמעות, אַז האָט ער זיך געלערנט הלכה און העלעניזם, ווי אויך האט ער פארברענגט אין רוים אסאך, ווי דער שטייגער אין יענע תקופה צווישן פרינצן.

די לענדער פון אַנטיפּאַס

דער מלך הורדוס (דער פאָטער פון אַנטיפּאַס) איז פאַרנאַנט פאַר זיין גרויזאַמקײט צו דער משפּחה און פאָלק. ער האט חושד געווען די משפּחה, גלײבנדיק, אַז זײ האָבן אים געוואָלט אַראָפּזעצן. במילא, האָט ער דערהרגט אָדער איינגעזעצט אין תּפיסה עטלעכע משפּחה־גלידער, און האָט געביטן זיין צוואה כּפל־כּפלים. מיט דער צייט, איז הורדוס אַנטיפּאַס באַשטימט געוואָרן צו ווערן דער מלך אין דער צוואה. פון דעסט וועגן, בערך פיר אָדער פינף טעג פאַר דעם טויט פון מלך הורדוס, האָט ער אַוועקגענומען אַנטיפּאַס פון דער צוואה, און האָט באַשטימט אַן אַנדער זון, הורדוס אַרקילאַוס, צו ווערן דער מלך.

נאָך דעם טויט פון הורדוס, האָט אַנטיפּאַס געזעגלט קיין רוים אינאיינעם מיט הורדוס'נס אנדערע קינדער, כּדי אָפּצופרעגן די צוואה. דער קייסער, אויגוסטוס, האָט באַשלאָסן צו געבן אַרקילאַוס די פּראָווינצן יהודה, שומרון און אדום. צו אַנטיפּאַס האָט דער קייסער געגעבן דעם גליל און דאָס עבר־הירדן (פּערעאַ), ווען קיינער פון זיי איז נישט געווארן געקרוינט אלס קעניג, ארקילאוס איז באשטימט געווארן אלס עטנארך (נשיא) און אנטיפאס אלס טעטרארך (געגנטליכע מושל).

אין זיינע לענדער, האָט הורדוס אַנטיפּאַס באַפעסטיקט און געבויט דריי שטעט, איינס אין אונטער גליל -ציפורי און צוויי אין עבר הירדן, יולאס און ליוואס (זענען מיט די צייט געווארן דערפער און מער נישט באוווינט). ער האָט דערנאך געגרינדעט אַ נייע שטאט און באשטימט אלס זיין הויפּטשטאָט, טבריה, ביים ים־כּנרת אין 20 אָדער 21 אצ"ר.

אַנטיפּאַס האָט חתונה געהאַט מיט אַ נאַבאַטישער פּרינצעסין, פאַסאַעליס. מיט דער צייט, האָט ער זיך איינגעליבט אין אַ הורדוסישער פרוי, העראָדיאַס. העראָדיאַס האָט אַנטיפּאַס צוגעזאָגט אַז זי וואָלט חתונה געהאַט מיט אים, אויב ער וואָלט אָפּגעגט מיט פאַסאַעליס. צום באַדויערן פאַר אַנטיפּאַס, פאַסאַעליס האָט דערהערט דעם פּלאַן, און האָט געבעטן אַנטיפּאַס צו פאָרן קײן נאַבאַטעאַ כּדי צו גאַסט ביי איר פאָטער, דער קעניג חאַרעטאַט (חרתת אויף אַראַמיש). אַנטיפּאַס האָט דערלאָזט איר צו פאָרן, און זי האָט געזאָגט איר פאָטער די מעשׂה. חאַרעטאַט האָט מלחמה געהאַלטן מיט אַנטיפּאַס, און דער קעניג איז בייגעקומען אַנטיפּאַס.

דער גירוש פון אַנטיפּאַס

אין בערך 39 אצ"ר, האָט אגריפס דער ערשטער, דער שוואָגער פון אַנטיפּאַס, באַקומען די די הערשאפט איבערן גולן, בשן און די חורן, ערטער וואס האט געהערט צו פיליפוס און איז ערקלערט געווארן אלס קעניג איבער די טעריטאריעס. האָט העראָדיאַס דערטריבן אַנטיפּאַס צו פרעגן דעם נייעם קייסער גייוס קאַליגולע פאַר אַ מלכות אויך. אַגריפּאַס געפעלט דער פּלאַן נישט. ער האָט באַשולדיגט אַנטיפּאַס אין פאַרשײדענע פאַרברעכנס צום קייסער. קייסער האָט געגלייבט אַגריפּאַס. הורדוס אַנטיפּאַס איז פארטריבן געוואָרן קיין פראַנקרייך אָדער שפּאַניע (די שטאָט Lugdunum אויף לאַטיין). אגריפס האט דערנאך באקומען פון קאליגולע די ראיאנען אונטערן הערשאפט פון אנטיפס, די גליל אין עבר הירדן.

הורדוס הויז קעניגן און געוועלטיגער

יוליוס אגריפספיליפוסארכלאוסהורדוס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!