אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יצחק הורוויץ (סטוטשין)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
ק (צמא לדעת האט באוועגט בלאט יצחק הורוויץ (סטוטשין) צו רבי יצחק הורוויץ (סטוטשין))

רעוויזיע פון 18:53, 27 דעצעמבער 2022

רבי יצחק הורוויץ זצ"ל (ה'תרכ"ב - כ"ד אדר א' ה'ת"ש), דער סטוטשינער רב.

אפשטאם

רבי איציקל איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ב, צו זיין פאטער הרב משה הורוויץ, רב אין ראזוואדאוו, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון סיגוטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.

רבנות

אין יאר ה'תרמ"ד איז שוין רבי איציקל געווען רב אין סטוטשין, נאך פאר דער צווייטער וועלט קריג איז רבי איציקל געפארן וואוינען קיין טארנא, זיינע אנהענגער האבן אים אויף געשטעלט דארט א גרויס הויז מיט א בית המדרש געגענאיבער די גרויסע שול. ער איז געווען א רבי מיט אן פארצייטעשן כאראקטער, א גרויסער למדן און צדיק, ער איז געווען יארן לאנג אפגעזונדערט פון אלע וועלטליכע זאכן, געווען אריין געטוהן אין תורה און עבודה. רבי איציקל האט פארמאגט אויסנאמע מוזיקאלישע טאלענטן, וואס האט געצויגן די מאסן צו הערען זיין זיסן דאווענען באגלייט מיט ראזוואדאווער ניגונים.

אויף זיין עלטער האט רבי איציקל אסאך ארום גערעדט וועגן דער גאולה און פון משיח, ער איז געווען פאררעכענט פון די עלצטע רבי'ס.

רבי איציקל איז געווען א פייערדיגער קעמפער קעגען דער ציוניסטישער באוועגונג, ער איז געווען דער וואס האט צוריק געהאלטן די מעליצער אידן פון אויפשטעלן א מעליצער קאלאניע אין לאנד.

הסתלקות

רבי איציקל איז נפטר געווארן אין סאניק אנטלויפענדיג פון די נאציס כ"ד אדר א' ה'ת"ש.

פאמיליע

רבי איציקל האט געהייראט בזיווג ראשון מרת אסתר ליבא א טאכטער פון הרב מנחם מענדל אייכנשטיין פון זידיטשוב, א זון פון רבי אייזיקל זידיטשובער. זייערע קינדער:

בזיווג שני האט רבי איציקל געהייראט א טאכטער פון הרב יואל הירשפעלד.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!